דער נסתּר װי אַן עטנאָגראַף פֿונעם סאָװעטישן שטעטל

Der Nister As Ethnographer of the Soviet Shtetl

Courtesy: jewua.org/dunayevtsy/

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 04, 2016, issue of September 30, 2016.

דער נסתּר (פּנחס כּהנאָװיטש, 1884-1950) איז באַקאַנט, קודם–כּל, צוליב זײַנע סימבאָליסטישע מעשׂיות און דעם גרויסן היסטאָרישן ראָמאַן „די משפּחה משבר‟.

ס׳איז אָבער געװען אַ קורצער פּעריאָד אין זײַן ליטעראַרישער קאַריערע װען ער האָט רעאַליסטיש געשילדערט די ענדערונגען אינעם לעבן פֿון סאָװעטישע ייִדן בעת דער סטאַלינישער קאָלעקטיװיזאַציע אין 1931־1932. דאָס איז געװען גלײַך נאָך דעם, װי די סאָװעטישע פּראָלעטאַרישע קריטיקער האָבן געמאַכט אַ תּל פֿון זײַנע סימבאָליססטישע כּתבֿים. אױף אַ װײַלע האָט מען אים ניט דערלאָזט דרוקן זײַנע בעלעטריסטישע װערק אין דער סאָװעטישער פּרעסע.

דעמאָלט האָט דער נסתּר אויסגעפּרוּווט אַנדערע זשאַנערס, װאָס זײַנען געװען כּשר אין די אױגן פֿון די סאָװעטישע אידעאָלאָגישע משגיחים. מיט אַ גרופּע זשורנאַליסטן פֿון דער כאַרקעװער צײַטונג „שטערן‟ האָט ער זיך געלאָזט אַרומפֿאָרן איבער ייִדישע ייִשובֿים פֿון אוקראַיִנע און קרים כּדי, אָנצושרײַבן באַריכטן װעגן די דערפֿאָלגן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. די דאָזיקע „פֿאַרצײכענונגען‟ זײַנען אַרײַן אינעם זאַמלבוך „הױפּטשטעט‟, װאָס איז אַרױס אין כאַרקעװ אין 1934.

די דרײַ ערשטע קאַפּיטלען פֿונעם בוך דערצײלן טאַקע װעגן די סאָװעטישע „הױפּטשטעט‟: כאַרקעװ, די דעמלטיקע הױפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע; לענינגראַד (פּעטערבורג), די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, און מאָסקװע — די נײַע סאָװעטישע הױפּטשטאָט. װי אַ צוגאָב האָט דער נסתּר אַרײַנגעשלאָסן דרײַ מערקװירדיקע שילדערונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין די לאַנדװירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין קרים און אינעם שטעטל דונעװעץ (דונאַיעװצי) אין פּאָדאָליע. ספּעציעל אָט דער לעצטער טעקסט שאַפֿט אַ זעלטן רעאַליסטיש בילד פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן שטעטל אױפֿן שװעל פֿון די 1930ער יאָרן. דעם מחברס סיטואַציע דערמאָנט אָן י. ל. פּרצעס רײַזע איבער די פּױלישע שטעטלעך אין 1890, װאָס איז פֿאַראײביקט געװאָרן אין זײַנע קלאַסישע „בילדער פֿון דער פּראָװינץ־רײַזע‟. די פּאַראַלעלן צװישן די בײדע װערק זײַנען גאַנץ בולטע. אַזױ װי פּרץ, איז דער נסתּר געפֿאָרן צו זאַמלען סטאַטיסטיק. דער ציל פֿון זײַן גרופּע זשורנאַליסטן איז געװען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקן איבערזיכט פֿון די ענדערונגען, װאָס די סאָװעטישע מאַכט האָט גורם געװען אינעם ייִדישן שטײגער.

דער נסתּר האָט געפֿונען דאָס שטעטל צעשפּאָלטן אין צװײ טײלן. די „אױבערשטאָט, װאָס [איז] זױבער און מענטשן ענלעך‟, און די „אונטערשטאָט, װאָס [איז] מיטלאַלטער‟. די סאָװעעטישע מאַכט האָט „ארופֿגעבראַכט‟ בלױז דעם אױבערשטן טײל, װאָס גרופּירט זיך אַרום דער לײַװנט־פֿאַבריק, בעת דער אונטערשטער טײל איז פֿאַרבליבן „בײַם װיסטן און שרעקלעכסטן, װאָס מען קאָן זיך נאָר פֿאָרשטעלן‟. און װײַטער שילדערט דער נסתּר מיט אַ סך גרױזאַמע פּרטים די ביטערע באַדינגונגען אין אָט דער „אונטערשטאָט‟. דאָס איז אַ זעלטענער דאָקומענטאַלער גבֿית־עדות פֿון דעם דעפּרימירטן און אָפּגעשטאַנענעם מצבֿ פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן עמך, װאָס איז פֿאַרבליבן אין די שטעטלעך: „הײַזעלעך קרומע, לאָמע, בלינדע. קײן פֿענצטערלעך ניט צו זען, פֿון שטױב און אומגעװאַשן פֿאַרקױטיקט. […] קײן זון קומט אַהין ניט אַרײַן, ניט זומער, ניט װינטער, ניט קײן מאָל זינט די װעלט און דאָס שטעטל זײַנען געשאַפֿן געװאָרן. אַ געשטאַנקט — פֿון דעם, װאָס עס גיסט זיך פֿון הימל, פֿון בלאָטע אױף דער ערד, פֿון הײַזער און פֿון מענטשלעכע באַדערפֿענישן.‟ דער נסתּר באַװאַרפֿט דעם לײענער מיט אַלץ מער עקלדיקע פּרטים, כּדי צו שאַפֿן אַ בילד פֿון מיאוסקײט און פֿאַרװאָרלאָזיקײט.

אַ הײַנטיקער לײענער װעט אַװדאי פֿרעגן, װאָס איז געװען דער נסתּרס כּװנה. ער קריטיקירט די אָרטיקע מאַכט פֿאַר ניט זאָרגן זיך פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אָבער אײנצײַטיק מאַכט ער קלאָר, אַז קײן פּראַקטישער אױסװעג פֿונעם דלות איז פֿאַר יענע ייִדן ניטאָ. די סאָװעטישע מלוכה דערלױבט ניט קײן פּריװאַטע געשעפֿטן, און די אײנציקע פֿאַבריק איז ניט אימשטאַנד צו באַזאָרגן אַלעמען מיט אַרבעט. דערצו נאָך זײַנען די שׂכירות דאָ גאָר קלײנע. און װען דער נסתּר באַמערקט עפּעס גוטס, לײענען זיך זײַנע שבֿחים װי סאַרקאַסטישע.

צום סוף פֿון זײַן באַזוך אין דונעװעץ טרעפֿט דער נסתּר אַ היצעל, װאָס כאַפּט הינט אױף דער קױטיקער גאַס. פֿאַר דער רעװאָלוציע, באַמערקט דער מחבר, האָבן ייִדן געקוקט אױף אַ היצעל מיט ביטול. „און איצט — גאָר ניט, אַ זײעריקער, אַן אײגענער, קײן סימן פֿון עקל‟. דער אָרטיקער אַקטיװיסט דערקלערט, אַז דער היצעל האָט אַן אָפּמאַך מיטן שטאָטראַט, „ער צאָלט פֿאַרן רעכט צו כאַפּן אַזױפֿיל און אַזױפֿיל, און אַ צװײטן אָפּמאַך האָט ער מיטן לעדער־סינדיקאַט, און פֿאַר פֿאַרשײדענע פֿעלן באַקומט ער פֿאַרשײדן, און — נישקשה, ער שלאָגט זיך דורך.‟ בײַם הײַנטיקן לײענער לאָזט אַזאַ מין כּלומרשטיקער פּראַקטישער און אָפּטימיסטישער שלוס אַן עקלדיקן געפֿיל. אָבער װי אַזױ האָט מען געלײענט די דאָזיקע פֿאַרצײכענונג אין 1931?

קײן אײנדײַטיקן ענטפֿער אױף דער דאָזיקער פֿראַגע לאָזט זיך לעת־עתּה ניט געבן. דער נסתּרס סאַמע לעצטע סימבאָליסטישע מעשׂיות זײַנען געװען פֿול מיט פֿינצטערניש און שרעק, װאָס האָט, אַ פּנים, אָפּגעשפּיגלט זײַן נשמה־צושטאַנד נאָך זײַן אומקערן זיך אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1926. זײַן טאָּן איז געװאָרן מער פּאָזיטיװ אין די 1930ער יאָרן, הגם זײַנע בילדער פֿון דער סאָװעטישער װירקלעכקײט זײַנען געװען גאַנץ פֿינצטער. זײַן נשמה איז אַזױ װי צעשפּאָלטן געװאָרן אין צװײען. מיט אײן האַנט האָט ער געלױבט די סאָװעטישע מאַכט און מיט דער אַנדערער האָט ער פּינקטלעך און פּרטימדיק געשילדערט אַלץ, װאָס ער האָט געזען.