ייִדיש־אַקאַדעמיקער װערט געזוכט אין דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט

Yiddish Scholar Sought by Johns Hopkins University


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 04, 2016, issue of September 30, 2016.

די פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם „דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט‟, אין באָלטימאָר, מערילאַנד, זוכט אַן אַקאַדעמיקער אָנצונעמען די פּאָזיציע פֿון דער „טאַנדעטניק קאַטעדרע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור‟.

לויט אַ מעלדונג אַרויסגעשיקט פֿון פּראָפֿ׳ קענעט (בנימין) מאָס, דער געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע און דער דירעקטאָר פֿון דער „פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים אויפֿן נאָמען פֿון לענאַרד און העלען שטולמאַן‟, קען דער קאַנדידאַט אָנגעבן אויף אַ חזקה־פּאָזיציע פֿאַר געהילף־פּראָפֿעסאָר און אַסאָציִיִרטן־פּראָפֿעסאָר.

דער אַפּליקאַנט דאַרף גוט קענען די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, און דאַרף שוין האָבן אַרויסגעוויזן ממשותדיקע אַקאַדעמישע אויפֿטוען אויפֿן שטח פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער ליטעראַטור.

די קאַנדידאַטן מוזן קענען לערנען די ייִדישע ליטעראַטור און גלײַכצײַטיק אויספֿאָרשן עיקרדיקע פֿראַגעס אין שײַכות מיט ייִדיש־שפּראַכיקע שטודיעס, מער אַלגעמיינע ייִדישלעכע שטודיעס, און אויך ברייטערע אינטעלעקטועלע געביטן פֿון דער הומאַניסטיק.

דער וואָס באַקומט די שטעלע וועט מוזן לערנען סײַ אָנהייבער־קלאַסן סײַ ספּעציאַליזירטע קלאַסן איבער אַ סך פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור — סײַ אויפֿן ביזגראַדויִר־, סײַ אויפֿן גראַדויִר־ניוואָ, און דורכפֿירן זײַן אָדער איר אַרבעט סײַ אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישע לימודים, סײַ אין זײַן באַשטימטן אָפּטייל.

אַפּליקאַנטן דאַרפֿן אַרײַנשיקן אַ באַגלייטבריוו, דעם קוריקולום וויטע (מיט אַ רשימה פֿון זייערע פּובליקאַציעס), אַ באַשטעטיקונג וועגן זייער אייגענער פֿאָרשאַרבעט און אַ באַשרײַבונג פֿון זײער לערן־פֿילאָסאָפֿיע און אינטערעסן, אָבער אין גאַנצן זאָל עס נישט זײַן לענגער ווי דרײַ זײַטן.

די אַפּליקאַציעס מוזן דערהאַלטן ווערן ניט שפּעטער ווי דעם 15טן אָקטאָבער 2016.

שיקט זי צו: https://apply.interfolio.com/37043 



Would you like to receive updates about new stories?










You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.