גאַסטפֿרײַנדלעכקייט אויפֿן אוזבעקישן שטייגער

Hospitality, Uzbek Style

מאַנדי (הינטן, טראָגנדיק דאָס פּערפּעלע טיכל) מיט אַן אוזבעקישער משפּחה און עטלעכע פֿרײַנד
מאַנדי (הינטן, טראָגנדיק דאָס פּערפּעלע טיכל) מיט אַן אוזבעקישער משפּחה און עטלעכע פֿרײַנד

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published September 08, 2016, issue of September 30, 2016.

די פֿאַרגאַנגענע װאָך האָט די אוזבעקישע רעגירונג געמאָלדן, אַז ס׳איז געשטאָרבן דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון אוזבעקיסטאַן, איסלאַם קאַרימאָװ — אַן אויטאָקראַט, װאָס האָט דערשטיקט די פֿרײַהייט פֿון אָן אַ שיעור מענטשן װעמען ער האָט חושד געװען אין פֿאַרראַט, אַפֿילו זײַן אייגענע טאָכטער.

צווישן די יאָרן 2010־2012 האָב איך זיך אַליין באַקענט מיט אַ צאָל אוזבעקער, אַרבעטנדיק װי אַן אַנטראָפּאָלאָג אין קירגיזסטאַן. איך האָב וואַרעמע זכרונות פֿון די אוזבעקער און האָב זיך אַ סך דערװוּסט װעגן זייער געזעלשאַפֿט און קולטור. װעגן איין אינצידענט, װאָס איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען מיט מײַן חבֿרטע מאַנדי, איז טאַקע כּדאַי צו דערצײלן.

אינעם טאָל פֿערגאַן, װוּ איך האָב געאַרבעט, געפֿינט זיך אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער: קירגיזן, אוזבעקער, טאַדזשיקן, טאָטערס און אַזױ װײַטער. כאָטש עס זײַנען דאָ חילוקים צװישן זייערע שפּראַכן און מינהגים, זײַנען מערסטע פֿון די אײַנוווינער מוסולמענער. אַ מאָל זייער פֿרום און אַ מאָל גאַנץ פֿרײַ, אָבער אַלע גלייבן שטאַרק, אַז די העכסטע װערט פֿון אַלץ איז גאַסטפֿרײַנדלעכקייט. בײַ ייִדן איז הכנסת־אורחים אױך אַ גוטע מידה, אָבער דאָרטן, בײַ די אוזבעקער, גייט די גאַסטפֿרײַנדלעכקייט נאָך װײַטער ווי בײַ די ייִדן, ווי איר וועט באַלד זען.

מאַנדי און איך זײַנען ביידע געװען אױף דער באַקאַנטער סטיפּענדיע־פּראָגראַם „פֿולברײַט‟, וווּ די רעגירונג האָט אונדז באַצאָלט, כּדי מיר זאָלן פֿאָרשן אונדזערע אייגענע פּראָיעקטן. מיר זײַנען געװאָרן גוט חבֿר װײַל מיר זײַנען געװען די איינציקע אמעריקאַנער אין דער „פֿולברײַט‟־גרופּע װאָס האָבן באַשלאָסן צו װױנען אין דרום־קירגיזסטאַן, װײַל לױט די וואָרענונגען פֿונעם אױסלאַנד־מיניסטערױם, איז דרום־קירגיזסטאַן נאָך אַלץ געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ סכּנהדיק אָרט צו בלײַבן.

די מחברטע (רעכטס) מיט מאַנדי, לעבן אַ וואַסערפֿאַל אין אַרסלאַנבאָב, קירגיזסטאַן
די מחברטע (רעכטס) מיט מאַנדי, לעבן אַ וואַסערפֿאַל אין אַרסלאַנבאָב, קירגיזסטאַן

אָש, די דרומדיקע הױפּשטאָט פֿון קירגיסזטאַן, איז אַ געמישטע שטאָט. אַ גרױסער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון אוזבעקער, און די קירגיזן זײַנען הײַנט קוים אַ מאַיאָריטעט. אין 2010 איז אין אָש אויסגעבראָכן אַ פּאָגראָם קעגן דער אוזבעקישער מינאָריטעט, און הונדערטער מענטשן זײַנען דערהרגעט געװאָרן. אַ טייל זענען אַפֿילו פֿאַרברענט געוואָרן לעבעדיקערהייט אין זייער אייגן הויז. דער פֿײַנטלעכער כּעס פֿון די קירגיזן קעגן די אוזבעקישע אײַנוווינער דערמאָנט אינעם אַנטיסעמיטיזם וואָס האָט במשך פֿון דער געשיכטע גורם געווען פּאָגראָמען אויף ייִדן. „פֿאַרװאָס האָבן די אוזבעקער אַזוינע שיינע הייזער? פֿאַרװאָס מאַכן זיי אַזױ פֿיל געשעפֿטן?‟ האָבן זיך געקאָכט אַ טייל פֿון די קירגיזן. „מיר לעבן װי שקלאַפֿן אין אונזערע אייגן לאַנד!‟



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.