אייניקל פֿון פּאפּער רבין שטאַרבט פּלוצלינג צו 22 יאָר

Granddaughter of Puppa Rebbe Dies Suddenly at Age 22

פֿייגי גרינוואַלד (רעכטס); דער פּאפּער רבי
Facebook
פֿייגי גרינוואַלד (רעכטס); דער פּאפּער רבי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 08, 2016, issue of September 30, 2016.

אַ 22־יאָריקע ייִדישע טאָכטער אין מאָנסי, און אַן אייניקל פֿונעם פּאפּער רבין, איז פּלוצלינג געשטאָרבן דינסטיק, האָט איבערגעגעבן דער חרדישער נײַעס־קוואַל „כּכּר השבת‟.

זי איז געווען אַ טאָכטער פֿונעם רבינס זון, הרבֿ פּינחס גרינוואַלד, דער רבֿ פֿונעם מאָנסי־צווײַג פֿון די פּאפּער חסידים.

לויט די באַריכטן, האָט מען מיט עטלעכע טעג פֿריִער געהאַט געבראַכט פֿייגי אין „מײַמאָנידיס־שפּיטאָל‟, נאָכן האָבן אײַנגענומען אַן איבערדאָזע פֿון אַ געפֿערלעכער נאַרקאָטיק.

דער באַריכט האָט איבערגעגעבן, אַז פֿייגי האָט פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער מיט עטלעכע יאָר צוריק. „זי איז געווען אַקטיוו אין דער סאָציאַלער מעדיאַ, און האָט, לויט אירע פֿרײַנד, געניצט געפֿערלעכע נאַרקאָטיק, כאָטש זיי האָבן זי געפּרוּווט איבערצײַגן עס נישט צו טאָן.‟

אויף דער אינפֿאָרמאַציע־ליניע, „קול־פּאפּא‟ אין מאָנסי, האָט מען געמאָלדן די בשׂורה אויף אַ געמיש פֿון לשון־קודש און ייִדיש: „אונדזער טרויער איז גרויס ווי דער ים. דער טויט איז געקומען צו אונדזערע דלתּ־אַמות. ברוך דיין אמת. מיט גרויס צער מעלדן מיר די פּטירה פֿונעם אייניקל פֿון הייליקע ייִדן, דער אייניקל פֿונעם אַדמור (חסידישן רבין) — דאָס טײַערע מיידל, פֿייגע, טאָכטער פֿון הרבֿ פּינחס חיים, דער רבֿ פֿון אונדזער קהילה אין מאָנסי.‟



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.