פּוילישער קינסטלער געפֿינט אַלטע ספֿרים אין מיסט

Polish Artist Finds Jewish Scripture in Garbage Heap

דער „לובאָרמירסקי זומער־פּאַלאַץ‟, רײַשע
דער „לובאָרמירסקי זומער־פּאַלאַץ‟, רײַשע

פֿון ייִט״אַ

Published September 09, 2016, issue of September 30, 2016.

אַ קינסטלער אין דרום־פּוילן האָט על־פּי־צופֿאַל געפֿונען בערך אַ טוץ זעלטענע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט עטלעכע בענד פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אין אַ בערגל מיסט אויף דער גאַס.

װלאַדימיר פּיעטאַל פֿון רײַשע (Rzeszów), אַ שטאָט 90 מײַל מיזרח פֿון קראָקע, האָט דערזען די ספֿרים מיט לעדערנע הילעס נישט װײַט פֿונעם „לובאָרמירסקי זומער־פּאַלאַץ‟. זיי זענען געלעגן צװישן אַנדערע זאַכן, װאָס מע האָט געהאַט אַרויסגעשטעלט אויפֿן טראָטואַר, כּדי דער מיסטאויטאָ זאָל זיי אַװעקפֿירן, האָט מיטװאָך איבערגעגעבן דער פּוילישער טעלעװיזיע־קאַנאַל TVN 24.

די ספֿרים זענען געדרוקט געװאָרן אין װילנע, װאַרשע און לאָנדאָן. 

פּיעטאַל האָט באַמערקט די „פּרעכטיק דעקאָרירטע אײַנבינדונג‟ פֿון די ביכער, שפּאַצירנדיק לעבן דעם פּאַלאַץ מיט אַ פֿרײַנד. צוזאַמען האָבן זיי אַװעקגעטראָגן די ביכער אַהיים.

 צװישן די ספֿרים װאָס זײ האָבן געפֿונען זענען בענד פֿונעם חומש און פֿון דער גמרא. פּיעטאַל האָט געזאָגט, אַז ער וועט שענקען די ביכער דער ייִדישער קהילה אין קראָקע, אָדער די אויפֿזעער פֿון אַ שיל אין דער שכנותדיקער שטאָט לאַנציט (Łańcut).

„איך בין צופֿרידן וואָס איך האָב געקאָנט ראַטעווען אַ טייל פֿון דער געשיכטע,‟ האָט ער געזאָגט, און צוגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון די ביכער זענען אַ ביסל אָפּגעריבן אָבער נאָך אַלץ „אין אַ גוטן צושטאַנד‟. פּיעטאַל האָט געזאָגט, אַז ער ווייסט נישט ווער עס האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן, אָדער פֿאַר וואָס.

בערך 113,000 ייִדן האָבן געוווינט אין רײַשע פֿאַרן חורבן, לויט „יד־ושם‟. אין סעפּטעמבער 1939 איז דער ראַיאָן געקומען אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט. די דײַטשן האָבן אויפֿגעשטעלט געטאָס און עטלעכע אַרבעט־לאַגערן, און במשך פֿונעם זומער 1942 אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש אויסהרגענען די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג. טויזנטער זענען אומגעקומען אין רײַשע און די איבערגעבליבענע האָט מען דעפּאָרטירט אינעם אומברענג־לאַגער בעלזשעץ (Bełźec). אַנדערע האָט מען אויסגעניצט ווי שקלאַף־אַרבעטער.

אַחוץ דעם האָט מען אויסגעשאָכטן בערך 9,800 מענער, פֿרויען און קינדער אין 378 דערפֿער אינעם רײַסער ראַיאָן, און אין די דערבײַיִקע וועלדער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.