פּאָזיציע אין ייִדישער ליטעראַטור און קולטור בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

Position in Yiddish Literature & Culture at Tel Aviv University

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 13, 2016, issue of September 30, 2016.

דער ליטעראַטור־אָפּטייל בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, אין שײַכות מיטן הומאַניסטיק־פֿאַקולטעט, פֿאַרבעט איצט אַפּליקאַציעס אויף אַ חזקה־פּאָזיציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, וואָס זאָל זיך אָנהייבן אָקטאָבער 2017.

די פּרעפֿערענץ קומט יענע קאַנדידאַטן, וואָס זייער פֿאָרשאַרבעט גרייכט סײַ די ייִדישע ליטעראַטור סײַ אַן אַנדער פֿעלד פֿון ספּעציאַליזירונג.

דער דאָצענט וועט דאַרפֿן לערנען די סטודענטן אויף עבֿרית; אַרויסווײַזן אַן איבערגעגעבנקייט צו דער פֿאָרשונג אין ייִדישע שטודיעס, און דאַרפֿן האָבן אַ דאָקטאָראַט ביז דער צײַט ווען ער אָדער זי פֿאַרנעמט דעם פּאָסטן. די שׂכירות און תּנאָים וועט מען באַשליסן בהסכּם מיט די תּקנות פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניוועריסטעט, און זענען עלול אַפּראָבירט צו ווערן דורך די אוניווערסיטעטישע אינסטאַנצן.

די באַשטימונג וועט מען מאַכן אויפֿן סמך פֿונעם קאַנדידאַטס קוואַליפֿיקאַציעס, ווי אויך די באַדערפֿענישן פֿונעם הומאַניסטיק־פֿאַקולטעט בײַם אוניווערסיטעט. קאַנדידאַטן ווערן געבעטן אַרײַנצושיקן די אַפּליקאַציעס ביזן ערשטן דעצעמבער 2016 — אין איינעם מיט אַ קוריקולום וויטע; אַ מוסטער פֿון פּובליקאַציעס אָדער אַנדערע געדרוקטע ווערק — צו פּראָפֿעסאָר חנה ווירט־נשר, דירעקטאָר, און דרײַ רעקאָמענדיר־בריוו פֿון אָנגעזעענע אַקאַדעמיקער אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס:

The Goldreich Family Institute for Yiddish Language, Literature, and Culture
Rosenberg 101D
Tel Aviv University
Tel Aviv 69978, Israel

אָדער דורך דער בליצפּאָסט צו Yiddish@post.tau.ac.il



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.