ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Facebook

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 13, 2016, issue of September 30, 2016.

דער נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם Not Without You (נישט אָן דיר), װאָס איז דער ערשטער סאָלאָ דאָקומענטאַר־פֿילם פֿונעם מעלבורנער פֿילם־מאַכער דײװיד סלאָװאָ, האָט זיך געעפֿנט אױף אַ ספּעציעלן נאָכמיטאָג בײַם מעלבורנער ייִדישן חורבן צענטער און מוזעום.

אַן עולם פֿון אַן ערך 200 איז בײַגעװען בעת סלאָװאָ האָט גערעדט װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון זײַן אינטערעס אין דער טעמאַטיק פֿונעם פֿילם און ער האָט דערצײלט, אַז דאָס איז דערװײַל זײַן ערשטער פֿילם אױף דער ייִדישער טעמאַטיק. זײַנע פֿריִערדיקע פֿילמען, אױף װעלכע סלאָװאָ האָט געאַרבעט מיט אַנדערע פֿילם־מאַכערס, האָבן זיך פֿאַרנומען מיטן לעבן פֿון אױסטראַלישע אַבאָרידזשיניס און זײער קולטור.

דער נײַער פֿילם פֿאַרנעמט זיך מיט אַ ייִדישן צװילינג, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין װילנע אין 1922 — פֿיליפּ מײַזעל און זײַן שװעסטער, בעלאַ הירשהאָרן. דײװיד סלאָװאָ האָט זיך באַקענט מיט פֿיליפּן װי אַ יוגנטלעכער װײַל זײַן זײדע, מאיר (מײַק) גיליגיטש, אױך אַ װילנער, האָט געאַרבעט זײַט בײַ זײַט מיט פֿיליפּן אינעם חורבן־צענטער יאָרן לאַנג. פֿיליפּ האָט פֿילמירט אינטערװיוען מיט דער שארית־הפּליטה, בעת מײַק האָט באַאַרבעט און פֿאַרגרעסערט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם צענטערס זאַמלונגען פֿאַר אױסשטעלונגען און אױך אַנדערע צװעקן. סלאָװאָ האָט זיך ערשט דערװוּסט, אַז פֿיליפּ איז אַ צװילינג מיט יאָרן שפּעטער און האָט זיך באַקענט מיט בעלאַן ערשט דעמאָלט.

פֿיליפּ און בעלאַ רעדן אינעם פֿילם װעגן זײער װילנער קינדהײט פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה און װעגן דעם אָנהײב פֿון דער מלחמה. װעגן װאָס איז געשען מיט זײ בײדן נאָך דעם דערצײלט פֿיליפּ, אָדער פֿאַלע, װי בעלאַ רופֿט אים. װי בעלאַ דערצײלט, איז דאָס װײַל עס איז איר נאָך אַלץ צו שװער צו רעדן װעגן יענער צײַט. בײדע האָבן געשמאַכט אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן: ער — אין עסטלאַנד, און זי — אין פּױלן.

פֿיליפּ מײַזעל דערצײלט אױך װי אַזױ ער האָט געפֿונען זײַן שװעסטער נאָך דעם װי די מלחמה האָט זיך געענדיקט. זײַן ייִדישע אױסשפּראַך, זאָגט ער, איז אײגנאַרטיק. זוכנדיק בעלאַן, האָט פֿיליפּ זיך געטראָפֿן מיט אײנעם װאָס האָט אים פֿאַרזיכערט אַז ער קען אַ פֿרױ װאָס רעדט פּונקט אַזױ װי ער. פֿיליפּ האָט אים גלײַך פֿאַרזיכערט אַז דאָס מוז זײַן זײַן שװעסטער. און אַזױ איז טאַקע געװען.

בעלאַ הירשהאָרן דערצײלט װי אַזױ פֿיליפּ און זי זײַנען אָנגעקומען צו משפּחה אין אױסטראַליע און װי אַזױ זײ האָבן אױפֿגעבױט זײער נײַ משפּחה־לעבן. ביזן הײַנטיקן טאָג, זאָגט זי, קלינגט פֿיליפּ אָן צו איר אַהײם יעדן פֿרימאָרגן אַרום נײַן אַזײגער כּדי איר פֿאָרצולײענען דעם װעטער־פּראָגנאָז.

דער ברודער און שװעסטער רעדן אױך אינעם פֿילם װעגן זײער באַציִונג װי אַ צװילינג, און זײ װײַזן זײער אוצר — אַן אַלבום מיט פֿאָטאָס פֿון זײער קינדהײט װאָס זײער עלטערער ברודער האָט באַװיזן צו ראַטעװען אין פּאַריז, װוּ ער האָט איבערגעלעבט די צװײטע װעלט־מלחמה.

אַזי װי דער געענדיקטער פֿילם דױערט אין גאַנצן 35 מינוט, האָט סלאָװאָ פֿילמירט פֿיל מער װי ער װײַזט אינעם פֿילם. ער האָפֿט אַז דער פֿילם װעט גענוצט װערן פֿאַר דערציִערישע צװעקן, צו לערנען מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות נישט נאָר װעגן דעם חורבן, נאָר אױך װעגן די פֿאַר־ און נאָך־מלחמהדיקע לעבנס פֿון דער שארית־הפּליטה.

בעלאַ דינט נאָך אַלץ װי אַ גיד [וועגווײַזערין] בײַם אױסטראַלישן ייִדישן מוזעום אין מעלבורן צו אירע 94 יאָר. פֿיליפּ פֿירט אָן העכער 27 יאָר מיט פֿילמירן אינטערװיוען מיט דער שארית־הפּליטה בײַם מעלבורנער חורבן צענטער און מוזעום. ער גרײט אױך צו ייִנגערע כּוחות צו מאַכן אינטערװיוען אין דער צוקונפֿט. ער האָט אַפֿילו אָנגעהױבן פֿילמירן אינטערװיוען מיט די צװײטע און דריטע דורות. זײ רעדן װעגן דער השפּעה פֿונעם חורבן און פֿון דער שארית־הפּליטה אױף זײערע לעבנס.

Not Without You איז אַ חנעװדיקער פֿילם, כאָטש ער פֿאַרנעמט זיך מיטן חורבן, װײַל זײַנע העלדן זײַנען בײדע זײער חנעװדיק. בײַם סוף בלײַבט דער עולם מיט פֿיל פֿראַגעס, אָבער דער פֿילם פֿאַרזיכערט, אַז װאָס מע זאָל נישט איבערלעבן, איז מעגלעך זיך צו עלטערן גראַציעז און אַקטיװ.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.