ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דער דענקמאָל נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן אין סאָביבאָר
Wikimedia Commons
דער דענקמאָל נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן אין סאָביבאָר

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 13, 2016, issue of September 30, 2016.

אַ מאָדנער אויפֿן צו פֿאַגעדענקען די אַמאָליקע ייִדן פֿון וולאָדאַווע

וולאָדאַווע בײַם טײַך בוג איז אַ מאָל געווען אַ ייִדישע שטאָט. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדן באַרטאָפֿן 76 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג.

די ערשטע וולאָדאַווער פֿאַבריקן זענען געווען ייִדישע. דער מסחר איז געווען אין ייִדישע הענט.

די שטאָט האָט געהאַט בונדיסטן און ציוניסטן, אַגודהניקעס און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

נישט ווײַט פֿון וולאָדאַווע האָבן די דײַטשן געבויט דעם סאָביבאָר אומברענג־לאַגער און דאָרטן האָט מען פֿאַרגאַזט כּמעט אַלע ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך וולאָדאַווער תּושבים וווינען מסתּמא עד־היום אין די אַמאָליקע ייִדישע הייזער.

געבליבן איז אויך די שיל. די טוריסטן קומען קיין וולאָדאַווע זען די שיינע היסטאָרישע שיל מיט איר רעסטאַוורירטן אָרון־קודש.

אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ. די שטאָט וולאָדאַווע האָט געפֿונען אַן אָריגינעלן אופֿן אויפֿוצוהאַלטן דעם זכּרון פון די אויסגעהרגטע וולאָדאַווער ייִדן. די איניציאַטיוו געהערט דווקא דעם ספּאָרט־אָפּטייל פֿון וולאָדאַווע. די אינציאַטיוו הייסט „דער סאָביבאָר לויף־פֿאַרמעסט‟. יאָ, יאָ, איר האָט גוט געהערט. א מין מיני סאָביבאָר־מאַראַטאָן.

דער געדאַנק איז, צו הרגענען צוויי פֿליגן מיט איין מאָל: אי געדענקען די ייִדישע קרבנות אי טרײַבן ספּאָרט. לעבן געזונט — אַזוי דערקלערן די אָרגאַניזאַטאָרן.

דער לויף־פֿאַרמעסט איז נישט סתּם אַזוי אַ פֿאַרמעסט — מען לויפֿט און שוין. מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט פֿארשיידענע קאַטעגאָריעס, פֿון קליינע קינדער ביז דערוואַקסענע. די עופֿעלעך, למשל, דאַרפֿן לויפֿן בלויז פֿופֿציק מעטער. די דערוואַקסענע — גאַנצע 18 קילאָמעטער.

מסתּמא דערציילט מען נישט די עופֿעלעך, אַז קליינע קינדער ווי זיי האָט מען פֿאַרגאַזט. קליינע קינדער פון זייער היימשטאָט, וולאָדאַווע. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

אַגבֿ, דאס וואָרט „דײַטשן‟ ווערט נישט דערמאָנט אינעם גאַנצן ענין. ממש לא יזכר ולא יפקד. מיט די דײַטשן אָדער זייערע אוקראַיִנישע מיטהלעפֿערס האָט דער אומברענג־לאַגער, על־פּי־פּנים, גאָר נישט צו טאָן. דאָרטן האָבן, לויט די טעקסטן פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, בלויז „היטלעריסטן‟ דערמאָרדעט זייערע ייִדישע קרבנות.

פֿון דעסט וועגן, הערן מיר, אַז די דײַטשישע אַמבאַסאַדע העלפֿט מיט דער ספּאָרט־אונטערנעמונג. ס’טײַשט, אויב עס האָט מיט די דײַטשן גאָר נישט צו טאָן, איז צו וואָס דאַרפֿן די דײַטשע דיפּלאָמאַטן זיך פֿאַרנעמען מיט אַזאַ ענין? עס בלײַבט טאַקע אַ קשיא אויף אַ מעשׂה.

הכּלל, אונדז ייִדן איז קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן אַז דווקא פֿריילעכע חורבן־אונטערנעמונגען קענען געפֿעלן דעם נישט־ייִדישן עולם. זײַט וויסן, אַז דער סאָביבאָר לויף־פֿאַרמעסט קומט פֿאָר שוין דאָס 17טע מאָל.

אויב אַזוי, לאָמיר געבן אַ טראַכט. אפשר ס’איז כּדאי צו האָבן ענלעכע אָנדענק־אונטערנעמונגען. למשל, אַ טרעבלינקע טאַנגאָ־פֿאַרמעסט, אָדער א בעלזשעץ ביליאַרד־אָלימפּיאַדע.

דער אַש פון די וולאָדאַווער ייִדן איז שוין לאַנג צעזייט און צעשפּרייט איבער דער פֿרוכטבאַרער ערד בײַם טײַך בוג.

וואָס איז שוין די נפֿקא-מינא אויב מען וועט לויפֿן אַ ביסל איבער זיי?


ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין ווערט קריטיקירט פֿאַרן אײַנלאַדן אַן אַנטיסעמיטישן גלח

וואַרשע גייט כאָדאָראָם. היתכן? די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, אַנאַ עזרא, האָט אײַנגעלאַדן דעם באַרימטן גלח, טאַדעוש רידזיק, צו זיך אין דער אַמבאַסאַדע.

רידזיק איז נישט סתּם אַ גלח. ער שטייט בראש „ראַדיאָ מאַריאַ‟, אַ מעדיאַ־קאָנגלאָמעראַט פֿון טעלעוויזיע, ראַדיאָ, צײַטונגען און נאָך און נאָך. מיליאָנען מענטשן אין פּוילן און אַנדערע לענדער הערן זיך צו זײַנע פּראָגראַמען.

רידזיק האָט, אַגבֿ, געלויבט ישׂראל אין הימל אַרײַן. אַלצדינג אין ישׂראל געפֿעלט אים: די וויסנשאַפֿט, די טאָלעראַנץ לגבי אַנדערע רעליגיעס, דער פּייזאַזש און אַפֿילו די קיך. איז ווײַטער גוט? בפֿרט הײַנט ווען ישׂראל איז אין אייראָפּע א שטיקל מוקצה? אַ יאָ?

ס׳הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס.

רידזיק, זײַט וויסן, איז אַ רעכט־געשטימטער, ויש אומרים אַ קאַפּעטשקע אַנטיסעמיט. במילא הערט מען איצט געשרײען, אַז ס’איז אַ חרפּה און א בושה וואָס די אַמבאַסאַדאָרין לאָזט אַלעמען וויסן, אַז זי האַלט אים פֿאַר אַ לעגיטימער פּערזענלעכקײט.

די לינקע ליבעראַלע קרײַזן זענען מסתּמא גערעכט, אַז בײַ די רעכט־געשטימטע קאַטוילישע קרײַזן אין פּוילן קען מען געפֿינען נישט ווייניק אַנטיסעמיטן. פֿאַרגעסן פֿאַרגעסן זיי אָבער, אַז בײַ זיי פֿעלן אויך נישט קיין אַנטיסעמיטן.

אַ שאָד וואָס ביידע צדדים, לינקע און רעכטע, האָבן נישט געהערט אָדער געלייענט הערצלס ווערטער. די ייִדישע מדינה, האָט ער געזאָגט, וועט באַשאַפֿן אַ נײַעם רעספּעקט פֿאַר די ייִדן אויף דער גאַנצער וועלט, אַפֿילו בײַ די אַמאָליקע אַנטיסעמיטן.

כּל־זמן מיר וועלן זײַן נאָר געסט בײַ אַנדערע פֿעלקער וועלן זיי נישט האָבן קיין דרך־ארץ פֿאַר אונדז, האָט הערצל געשריבן. וויבאַלד אָבער די ייִדן וועלן האָבן אַן אייגענע מדינה וועט מען האָבן דרך־ארץ פֿאַר זיי; סײַ פֿאַר די ייִדן וואָס וווינען אין דער ייִדישער מדינה, סײַ פֿאַר די ייִדן וואָס וווינען אין אַנדערע לענדער.

אפֿשר איז ער געווען גערעכט?



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.