ווער זענען די נײַע אַרבעטער אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟

Who Are the New Workers at the Yiddish Book Center?

די נײַע סטיפּענדיאַטן: סאַדי גאָלד־שאַפּיראָ, אַלעקסיס ענג, מיכל יאַשינסקי, דזשאָרדין בראַון און עליסאַ ספּערלינג
די נײַע סטיפּענדיאַטן: סאַדי גאָלד־שאַפּיראָ, אַלעקסיס ענג, מיכל יאַשינסקי, דזשאָרדין בראַון און עליסאַ ספּערלינג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 14, 2016, issue of September 30, 2016.

אַזוי ווי יעדן האַרבסט במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר האָט אין אָנהייב סעפּטעמבער אָנגעהויבן צו אַרבעטן אַ נײַע גרופּע סטיפּענדיאַטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. די פֿינף יונגע־לײַט וועלן זיך פֿאָקוסירן אויף פֿאַרשידינע הויפּט־פּראָיעקטן, ווי אויך אָנפֿירן מיט טורן פֿונעם צענטער און העלפֿן צוגרייטן קאָנפֿערענצן און אַנדערע פּראָגראַמען.

צום ערשטן מאָל אין עטלעכע יאָר זענען אַלע הײַיאָריקע סטיפּענדיאַטן אַמעריקאַנער. צווישן זיי געפֿינט מען צוויי בחורים — מיכל יאַשינסקי און דזשאָרדין בראַון — וואָס זענען פֿריִער געווען סטיפּענדיאַנטן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם אַקאַדעמישן יאָר, און דרײַ מיידלעך — אַלעקסיס ענג, סאַדי גאָלד־שאַפּיראָ און עליסאַ ספּערלינג, וואָס הייבן ערשט אָן.

אַלעקסיס ענג, אַ גראַדואַנטקע פֿונעם „קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט‟ אין באָולדער, האָט זיך געלערנט ייִדיש אויף דער „סטײַנער‟־זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אַן אַקטיווע טוערין אויפֿן ראַדיאָ במשך פֿון אירע סטודענטישע יאָרן, האָט ענג סײַ אויסגעפֿאָרשט די ראָלע פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ צווישן נײַע אימיגראַנטן, סײַ געשאַפֿן אירע אייגענע ייִדיש־שפּראַכלעכע ראַדיאָ־פּראָגראַמען. בעת איר יאָר אין אַמהערסט וועט זי שאַפֿן רעסורסן פֿאַר לערער זיך צו דערוויסן מער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור דורך דער וועבזײַט.

סאַדי גאָלד־שאַפּיראָ, אַ גראַדואַנטקע פֿון „סמיט־קאָלעדזש‟ אין נאָרטהאַמפּטאָן, מאַסאַטשוסעטס, האָט פֿאַראַיאָרן געאַרבעט ווי אַן אַרכיוואַלע אַסיסטענטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. זי האָט אויך געאַרבעט ווי אַן אַרכיוויסטקע בײַם פּראָגער ייִדישן מוזיי. בעת איר יאָר אין אַמהערסט וועט זי דינען ווי די אַסיסטענקע פֿאַר די איבערזעצונג־פּראָגראַמען און העלפֿן צו דערהײַנטיקן דעם צענטערס דיגיטאַלער קאָלעקציע.

עליסאַ ספּערלינג, אַ גראַדואַנטקע פֿון „וועסליען־אוניווערסיטעט‟ אין מידלטאַון, קאָנעטיקוט, האָט אָנגעהויבן זיך צו לערנען ייִדיש ווי אַ קינד דורכן באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟. שפּעטער האָט זי זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אויף זומער־פּראָגראַמען אין ניו־יאָרק, ווילנע, און וואַרשע און באַקומען אַ „פֿולברײַט‟ צו שטודירן אין אוקראַיִנע. אַ ביבליאָטעקאַרין בײַם פֿאַך, וועט זי העלפֿן צו קאַטאַלאָגירן דעם צענטערס קאָלעקציע.

מיכל יאַשינסקי און דזשאָרדין בראַון וועלן ביידע אַרבעטן נאָך אַ יאָר ווי סטיפּענדיאַטן בײַם „ביכער־צענטער‟. בראַון, אַ גראַדואַנט פֿון „וויטמאַן־קאָלעדזש‟, וואָס פֿאָרשט אויס ווי אַזוי אויפֿצולעבן שפּראַכן, וועט ווײַטער העלפֿן צו שאַפֿן דעם „ביכער־צענטערס‟ נײַעם מולטימעדיע־לערן־בוך. יאַשינסקי, אַ גראַדואַנט פֿון „האַרוואַרד‟, וואָס איז אַ שפּאַניש־לערער און טעאַטער־רעזשיסאָר בײַם פֿאַך, וועט אויך אַרבעטן אויפֿן נײַעם מולטימעדיע־לערן־בוך. פֿאַראַיאָרן האָט ער געדינט ווי דער אַסיסטענט פֿאַר די איבערזעצונג־פּראָגראַמען.

געוויינטלעך רעדן די יונגע סטיפּענדיאַטן אין אַמהערסט כּמעט אויסשליסלעך ענגליש צווישן זיך. פֿאַראַיאָרן האָט מען אָבער באַמערקט, אַז די סיטואַציע איז געווען כּמעט אין גאַנצן אַ היפּוכדיקע: די דרײַ סטיפּענדיאַטן האָבן צווישן זיך גערעדט כּמעט אויסשליסלעך ייִדיש. ס׳איז דערווײַל ניט קלאָר, צי די נײַע חבֿרה סטיפּענדיאַטן וועלן ווײַטער אָנגיין מיט אָט דער טראַדיציע.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.