מינעסאָטער קהילה־צענטער באַערט פּאָעזיע און מוזיק געשאַפֿן פֿון פֿרויען

Minnesota JCC Honors Yiddish Poetry and Music by Women


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 14, 2016, issue of September 30, 2016.

דעם זונטיק, דעם 18טן סעפּטעמבער, וועט אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער לעבן מיניאַפּאָליס, מינעסאָטע דורכגעפֿירט ווערן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער פֿון פֿרויען, וואָס מע האָט ערשט לעצטנס צוגעשטעלט מוזיק צו זיי.

דער קאָנצערט, The Wind Gave Birth to Me [דער ווינט האָט מיך געבוירן], וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „סאַבעס ייִדישן קהילה־צענטער‟ אין סיינט־לויִ פּאַרק, מיניאַפּאָליס, וועט פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ לידער פֿון רחל קאָרן, אַנאַ מאַרגאָלין, קאַדיע מאַלעדאָווסקי, דאָראַ טייטלבוים און רייזל זשיכלינסקי. ס׳רובֿ פֿון די פּאָעטעסעס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און די לידער דריקן אויס זייערע געפֿילן פֿון אָבֿלות, ייִאוש, באַנײַונג און האָפֿענונג.

די סאָפּראַן־זינגערין בעט אַלטאָף וועט אויסזינגען די לידער, וואָס מע האָט לעצטנס צוגעפּאַסט מוזיק צו זיי, געשאַפֿן פֿון פֿינף פּראָמינענטע אָרטיקע קאָמפּאָזיטאָרינס — דײַאַן בענדזשאַמין, מרים גערבערג, שעלי האַנסאָן, שיירי ליידיג און שׂרה מילער. בשעת־מעשׂה וועט די שרײַבערין אַליסאָן מאָרס דערציילן וועגן די פּאָעטעסעס און זייערע ווערק.

די לידער און נאַראַציע וועלן באַגלייט ווערן פֿון אַ קאַמער־אָרקעסטער, וואָס באַשטייט אויך פֿון בלויז פֿרויען: יהודית אײַזנער און מאַרלאַ אָקנער אויף פֿידל; סטעלאַ אַנדערסאָו אויף דער וויאָלע; איסלאַ הייני — קלאַרנעט; דזשעאַנאַ אָקרען — פּיאַנע, און מאָלי ווילבור־כּהן — טשעלאָ.

דער קאָנצערט איז דער רעזולטאַט פֿון אַ פּראָיעקט געשטיצט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „רימון: דער מינעסאָטע־ראַט פֿון ייִדישע קונסטן‟, דער „מינעאַפּאָליסער ייִדישער פֿעדעראַציע‟, „פֿרײַנד פֿונעם ׳ייִדיש־ווינקל׳‟ און פּריוואַטע מנדבֿים.

דער מיניאַפּאָליסער „ייִדיש־ווינקל‟, טרעפֿט זיך רעגלמעסיק אינעם „סאַבעס קהילה־צענטער‟, און אָרגאַניזירט ספּעציעלע קאָנצערטן און אַנדערע אונטערנעמונגען לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג, למשל, האָט דער „ווינקל‟ אויפֿגעפֿירט דאָס קלאַסישע מוזיקאַלישע ווערק „קאַרנאַוואַל פֿון די חיות‟ פֿונעם פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר קאַמיל סענט־סען, ניצנדיק דעם טעקסט פֿונעם קינדערביכל „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟, געשריבן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און פֿריִערדיקער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, באָריס סאַנדלער.



Would you like to receive updates about new stories?










You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.