אַ קוק אויף די אייגענע פֿאָראורטיילן

Grappling With One's Own Prejudices

מנחם, אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, און יאַקוב, אַ פּאַלעסטינער וואָס וויל ראַטעווען זײַן דאָרף, ליפֿטאַ
Courtesy of Oren Rudavsky Productions
מנחם, אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, און יאַקוב, אַ פּאַלעסטינער וואָס וויל ראַטעווען זײַן דאָרף, ליפֿטאַ

פֿון עדי מהלאל

Published September 15, 2016, issue of September 30, 2016.

מנחם דאַום, דער באַרימטער ייִדישער דאָקומענטאַריסט, איז אַרויס מיט אַ נײַעם פֿילם, װאָס פֿאָרשט אויס זײַן צוגאַנג, װי אַ פֿרומער ייִד, צו די פּאַלעסטינער. דעם פֿילם, „די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ: וווּ דער חורבן און דער נאַקבאַ טרעפֿן זיך‟ The Ruins of Lifta: Where the Holocaust and Nabka Meet, האָט ער געשאַפֿן בשותּפֿות מיט אורן רודאַווסקי.

דאַום, אַ זון פֿון דער שארית־הפּליטה, איז באַרימט געוואָרן אַ דאַנק זײַנע צוויי פֿריִערדיקע פֿילמען, וואָס ביידע האָבן געהאַט אַ שײַכות צום חורבן. אין 1997, האָט זײַן פֿילם „אַ לעבן פֿאַר זיך‟ (A Life Apart) געגעבן אַ פּאָזיטיוון פּאָרטרעט פֿון די אויפֿקומענדיקע חסידישע קהילות אין ברוקלין נאָך דער צװייטער װעלט־מלחמה. ווי אַ זון פֿון גערער חסידים און אַ נאָכפֿאָלגער פֿון שלמה קאַרלעבאַך, איז אים אַזאַ מין פּראָיעקט געווען נאָענט צום האַרצן.

„הײַנט צו טאָג‟ האָט דאַום געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟ — וואָלט ער געמאַכט גאָר אַן אַנדער סאָרט פֿילם וועגן די ברוקלינער חסידים. ער קריטיקירט שטאַרק די דריטע און פֿערטע דורות חסידים, פֿאַר זייער עם־הארצות אין אַלגעמיינער בילדונג, זייער אָפּהענגיקייט אין רעגירונג־בענעפֿיטן, זייער איבערגעטריבענעם גלויבן אינעם כּוח פֿונעם רבין, און פֿאַר זייער גלײַכגילט צו זייער סטאַטוס ווי אַמעריקאַנער. „מײַנע עלטערן האָבן ליב געהאַט אַמעריקע, אָבער די יונגע חסידים האָבן דאָס לאַנד פּשוט נישט ליב,‟ האָט דאַום מיט פֿאַרדראָס געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. ער באַטראַכט טאַקע צו מאַכן אַ המשך־פֿילם איבער דער טעמע.

אין 2003 איז אַרויס זײַן פֿילם Hiding and Seeking (זיך באַהאַלטן, און איצט גיין זוכן) וווּ ער נעמט אויף זיך די אויפֿגאַבע צו ווײַזן זײַנע צוויי אָרטאָדאָקסישע זין אין ירושלים, אַז אַלע מענטשן זענען באַשאַפֿן געוואָרן בצלמו ובדמותו. ער האָט מורא אַז מע לערנט הײַנט אין די ישיבֿות אַ שׂינאה צו גויים און אַז מע פּריידיקט דאָס אָפּזינדערן זיך פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער וויל דערמאָנען זײַנע זין, אַז זיי עקזיסטירן, דווקא אַ דאַנק די גוט־האַרציקע פּאָלאַקן, וועלכע האָבן זייער לעבן אײַנגעשטעלט בײַם ראַטעווען דאַומס משפּחה. דאַום גייט אויף אַ קאַמף אַז אָט די פּאָלאַקן זאָלן אָנערקענט ווערן דורך „יד־ושם‟ פֿאַר זייערע גוטע מעשׂים.

אין אַ געוויסן זינען, איז דאַום איצט ממשיך די טעמע מיט „די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ‟. ער דערציילט אַז אויף אַ ווײַזונג פֿון Hiding and Seeking, איז אַ ייִד אויפֿגעשטאַנען און געזאָגט: „נו, שוין, האָסט מיך אײַנגערעדט אַז עס זענען דאָ גוטע פּאָלאַקאַן, אָבער די פּאַלעסטינער זענען אַלע רוצחים וואָס ווילן אונדז ייִדן דערהרגענען, נאָר ווײַל מיר זענען ייִדן”. דאַומען איז דעם ייִדן געווען שווער צו ענטפֿערן. ער איז אויך דערצויגן געוואָרן מיט דעם פֿאַרשטאַנד אַז „די פּאַלעסטינער זענען גלײַך צו די נאַציס‟, וועלכע ווילן פֿאַרענדיקן וואָס היטלער האָט אָנגעהויבן. האָט ער דווקא צוליב דעם באַשלאָסן אַז ער וויל זיך באַקענען מיט אַ פּאַלעסטינער.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.