אַ קוק אויף די אייגענע פֿאָראורטיילן

Grappling With One's Own Prejudices

מנחם, אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, און יאַקוב, אַ פּאַלעסטינער וואָס וויל ראַטעווען זײַן דאָרף, ליפֿטאַ
Courtesy of Oren Rudavsky Productions
מנחם, אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, און יאַקוב, אַ פּאַלעסטינער וואָס וויל ראַטעווען זײַן דאָרף, ליפֿטאַ

פֿון עדי מהלאל

Published September 15, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער ערשטער פּאַלעסטינער, וואָס דער ברוקלינער דאַום האָט געטראָפֿן אין ישׂראל־פּאַלעסטינע איז געווען יאַקוב. אפֿשר איז דאָס סימבאָליש, זאָג איך דאַומען, אַז ער טראָגט אַזאַ ביבלישן נאָמען. יאַקובס קול דאָמינירט טאַקע אינעם פֿילם. דאַום גיט אים די געלעגנהייט זיך אויסצודריקן באַריכות און זיך אַראָפּצורעדן פֿונעם האַרצן. יאַקוב וווינט הײַנט אין שואַפֿאַט, אָבער זײַן האַרץ איז אין ליפֿטאַ, אַ פּאַלעסטינער דאָרף לעבן ירושלים, וווּ ער איז אויפֿגעוואָקסן.

די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ
Courtesy of Oren Rudavsky Productions
די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ

אין 1948, אין דער צײַט ווען די ישׂראלדיקע מיליציעס האָבן ממש פֿאַרטריבן די פּאַלעסטינער פֿון זייערע הײמען, איז דאַומס פֿעטער געווען איינער פֿון זיי. דאַום גייט דאָ אויף דרײַ פֿאַרשידענע ריכטונגען: ערשטנס, פֿאַרטיידיקט ער יאַקובס קאַמף צו פּרעזערווירן די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ, „ווײַל ווי קענען מיר ייִדן פֿאָדערן בײַ דער גאַנצער וועלט אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע ערטער, אָבער גלײַכצײַטיק צעשטערן די אַראַבישע קולטור?‟ פֿרעגט ער אינעם פֿילם, און דערציילט ווי ער האָט זיך געטראָפֿן אין ראַמאַלאַ מיט געוועזענע ליפֿטאַנער. „ווי קען מען דערוואַרטן פֿון זיי פּשוט צו קומען צו זיך און פֿאַרגעסן פֿון דעם אָרט נאָך 70 יאָר?! מיר ייִדן האָבן אַליין פֿון דעם זעלביקן אָרט נישט פֿאַרגעסן אין משך פֿון 2000 יאָר!‟

צווייטנס, נעמט דאַום אַרײַנקוקן אויף זײַן פֿעטערס ראָלע אין ליפֿטאַ אין 1948. ער האָט געדינט אין דער לח״י מיליציע. „הגם ער האָט געהאַט פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט, האָט ער תּמיד געגלייבט, אַז גאָט האָט די ייִדן געגעבן דאָס לאַנד.‟ צי זאָל מען זײַן פֿעטער באַטראַכטן ווי אַ העלד, אָדער להיפּוך, ווי אַ טעראָריסט־פֿאַרברעכער?

דריטנס, שטרעבט ער צו שאַפֿן אַ דיאַלאָג צווישן דעם פּאַלעסטינער „נאַקבאַ‟־איבערלעבונג — דורך יאַקובן, און די יסורים וואָס די ייִדן האָבן דורכגעמאַכט אינעם חורבן — דורך דאַשאַ ריטענבערג, אַ לעבן געבליבענע פֿון פֿיר קאָנצענטראַציע־לאַגערן.

דער רעזולטאַט איז אי אַ פּערזענלעכער אי אַ פּאָליטישער פֿילם. דאַום פּראָבירט מאַנעוורירן אין גאַנג פֿונעם פֿילם צווישן די אָנגעווייטיקטע געפֿילן פֿון אַלע זײַטן. ביסלעכווײַז ווערט ער געווויר די קאָמפּליצירטע אַספּעקטן פֿונעם סיכסוך, וועלכע באַדאַרפֿן מער ווי אַ נאַיִווע שטרעבונג זיך צו חבֿרן מיטן אַנדערן צד.

„די חורבֿות פֿון ליפֿטאַ‟ איז געמאַכט מיט סענסיטיווקייט, אַ געפֿיל פֿון מענטשלעכקייט, און אַ טראָפּן געזונטער איראָניע.