מע זוכט פּראָיעקטן וואָס פֿאַרשטאַרקן ייִדיש צווישן קינדער

Seeking Projects that Get Kids to Speak Yiddish

YouTube

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 15, 2016, issue of September 30, 2016.

די „אַהרון און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג, אַז זי פֿאַרבעט סובווענץ־אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן אויף צו שטאַרקן ייִדיש צווישן קינדער און יוגנט.

דער טערמין אויף אַפּליקאַציעס פֿאַרן יאָר 2017 איז דער 30סטער אָקטאָבער 2016.

אַפּליקאַציעס מוזן אָנגעשריבן ווערן אויף ייִדיש, און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר־אינסטרוקציעס, וואָס מע קען געפֿינען אויף דער פֿונדאַציעס וועבזײַט:

http://www.fishmanfoundation.org/wwwfishmanfoundationorg/howtoapplyforagrant.html

די אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן דורך דער בליצפּאָסט צו:

applications@fishmanfoundation.org

אָדער דורך דער געוויינטלעכער פּאָסט אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס:

Fishman Foundation for Yiddish Culture
3616 Henry Hudson Parkway, Suite 7B-N
Bronx, NY 10463

די אויסגעטיילטע סובווענצן וועט מען מעלדן אין דעצעמבער 2016.

אינעם בוך Focus on Bilingual Education, אַ זאַמלונג עסייען פֿונעם באַקאַנטן סאָציאָלינגוויסט שיקל פֿישמאַן, דערציילט ד״ר פֿישמאַן אַליין, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע — אַהרון פֿישמאַן, אַ צאָן־טעכניקער פֿון באַסאַראַביע, און סאָניע, פֿון דער אוקראַיִנע — האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע און, אַ דאַנק זייער ייִדיש־אַקטיוויזם, איז זייער היים געוואָרן אַ „בינשטאָק פֿון ייִדיש“. אַהרון און סאָניע האָבן געפֿאָדערט, אַז זייערע צוויי קינדער, שיקל און רחל, זאָלן רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש אין דער היים, און האָבן אָרגאַניזירט ייִדיש־קאָנפֿערענצן, פּאָעזיע־רעציטאַציעס, טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען.

לויט דזשאָרדין קוציקס נעקראָלאָג נאָך שיקל פֿישמאַנען אינעם „פֿאָרווערטס‟, פֿלעג שיקלס פֿאָטער גיין מיט אים קלאַפּן אין פֿרעמדע טירן, כּדי צוצורעדן מענטשן צו שיקן זייערע קינדער אין די ייִדישע שולן.

די פֿונדאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אין יאַנואַר 1966, עטלעכע חדשים נאָך דער פּטירה פֿון אַהרון פֿישמאַן, און שפּעטער האָט מען אויך צוגעגעבן דעם נאָמען פֿון זײַן לעבנס־באַגלייטערין סאָניע, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין 1979.

ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות זענען אַ באַליבטע טעמע בײַ דער משפּחה פֿישמאַן, און דערפֿאַר זענען זיי במשך פֿון די יאָרן געווען אָפֿטע געסט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון יוגנטרוף, וווּ קינדער און יוגנטלעכע פֿאַרברענגען יעדן זומער אַ גאַנצע וואָך צוזאַמען, שפּילנדיק זיך אויף ייִדיש.

אין אַ ווידעאָ געמאַכט אויף דער ייִדיש־וואָך אין יאָר 2010, למשל, האָט לייזער בורקאָ פֿילמירט ווי די 13־יאָריקע טעמע שעכטער, דער זון פֿונעם מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר אינטערוויויִרט די קינדער אויף מאַמע־לשון:



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.