עלטסטער מענטש אויף דער וועלט וועט פּראַווען זײַן בר־מיצווה

World's Oldest Man To Celebrate His Bar-Mitzvah

ישׂראל קרישטאָל
Getty Images
ישׂראל קרישטאָל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 15, 2016, issue of September 30, 2016.

דער עלטסטער מענטש אויף דער וועלט, אַ 113־יאָריקער לעבן געבליבענער פֿון חורבן, וועט — אַ ביסעלע פֿאַרשפּעטיקט — פּראַווען זײַן בר־מיצווה.

ישׂראל קרישטאָלס טאָכטער, שולמית, האָט איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור DPA, אַז איר טאַטע פּראַוועט די וואָך זײַן 113טן געבוירן־טאָג, און דערפֿאַר וועלן בערך 100 קרובֿים במשך פֿון דער וואָך קומען צו קרישטאָל אין דער היים אין חיפֿה, כּדי אים אָפּצוגעבן מזל־טובֿ. „מיר וועלן אים בענטשן, טאַנצן מיט אים און זיך משׂמח זײַן,‟ האָט זי געזאָגט.

ישׂראל קרישטאָל, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, איז באַשטעטיקט געוואָרן ווי דער עלטסטער מענטש אין דער וועלט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ.

געבוירן איז ער דעם 15טן סעפּטעמבער 1903 אינעם שטעטעלע מאַלעניץ, לעבן זשאַרנעוו, וואָס איז צו יענער צײַט געלעגן אויף דער גרענעץ פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. קיין בר־מיצווה האָט ער נישט געפּראַוועט צוליב דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער טאַטע האָט געדינט אין דער רוסישער אַרמיי און די מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן ווען ער איז געווען 10 יאָר אַלט.

אין 1920 האָט דער יונגער ישׂראל זיך אַריבערגעצויגן קיין לאָדזש צו אַרבעטן אין זײַן משפּחהס באָנבאָנען־געשעפֿט, און ווײַטער געפֿירט דאָס געשעפֿט אַפֿילו נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן געצוווּנגען די אָרטיקע ייִדן זיך איבערצוקלײַבן אין געטאָ, וווּ קרישטאָלס ביידע קינדער זענען אומגעקומען. אין 1944 איז ער דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, וווּ זײַן יונגע פֿרוי איז אומגעבראַכט געוואָרן.

אין 1950 האָט ער זיך באַזעצט אין חיפֿה מיט זײַן צווייטער פֿרוי און זייער זון, און ווידער געאַרבעט ווי אַ צוקערניק. אַחוץ זײַן זון און טאָכטער, האָט קרישטאָל הײַנט אַ סך אייניקלעך און אור־אייניקלעך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.