ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published September 15, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ שיל ווערט געעפֿנט אין מאָסקווער פֿליפֿעלד

אין מאָסקווער פֿליפֿעלד „דאָמאָדעדאָוואָ‟ האָט זיך געעפֿנט אַ שיל. מע האָט אַרײַנגעטראָגן אין איר אַ ספֿר־תּורה און צוגעגרייט אַ זאַל פֿאַרן עולם. די אָפֿיציעלע עפֿענונג־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען ווען די שיל וועט זיך עפֿענען אין אַ 10 טעג אַרום. עס דאַרפֿן אָנקומען דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד ר׳ בערל לאַזאַר, די הויפּטן פֿונעם פֿליפֿעלד און פֿון דער פֿלי־קאָמפּאַניע „אל־על‟. דווקא דעמאָלט, ערבֿ ראש־השנה, וועלן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זיך אָפּשטעלן אין מאָסקווע, כּדי אַריבערצוגיין אין אַ צווייטן עראָפּלאַן קיין ישׂראל.


הרבֿ פּנחס גאָלדשמיט באַקומט דעם פֿראַנצייזישן ערן־לעגיאָן

נאָך אַ ידיעה פֿון דער וועלט פֿון רעליגיע: דער הויפּט־רבֿ פֿון דער רוסלענדישער ליטוואַקישער קהילה ר׳ פּנחס גאָלדשמיט האָט באַקומען דעם גרעסטן אָרדן פֿון פֿראַנקרײַך — דעם ערן־לעגיאָן. מע האָט אים באַלוינט צוליב זײַנע פֿאַרדינסטן אינעם געביט פֿון באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך. ר׳ פּנחס גאָלדשמיט איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָנפֿעדעראַציע פֿון רבנים, און טרעפֿט זיך אָפֿט מיט אייראָפּעיִשע רעליגיעזע טוער און פּאָליטיקער, כּדי אַרומצורעדן דעם דיאַלאָג צווישן רעליגיעס, פּראָבלעמען פֿון זיכערקייט און באַקעמפֿן שׂנאת־ישׂראל.


רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס וועט עפֿענען 10 דענקמעלער לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן

איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד, דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס, האָט דערקלערט, אַז אין סעפּטעמבער וועט ער עפֿענען אין פֿאַרשיידענע רעגיאָנען פֿונעם לאַנד 10 דענקמעלער צו די קרבנות פֿון חורבן. צווישן די צען ערטער — די פּסקאָווער און בריאַנסקער געגנטן אין מערבֿ־רוסלאַנד, קאַלמיקיע און עטלעכע ערטער אין סטאַווראָפּאָלער קאַנט, דרום־רוסלאַנד. דער קאָנגרעס האָט צוגעגרייט די דענקמעלער צוזאַמען מיט דער פֿונדאַציע „חורבן‟, „יד ושם‟, דער ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע און די קרובֿים פֿון די אומגעקומענע.


ייִדישע טאַקסיס פֿירן עלטערע לײַט און אינוואַלידן אין שיל, פֿליפעלד, שפּיטאָל און אַנדערע ערטער

אַ ידיעה פֿון פּעטערבורג: דאָרטן האָט די ייִדישע קהילה אָנגעהויבן אַ נײַעם פּראָיעקט — סאָציאַלן ייִדישן טאַקסי. עלטערע מענטשן, אינוואַלידן און אָרעמע לײַט וועלן קענען געניסן פֿון דער דינסט. די אויטאָס וועלן קענען צופֿירן די פּאַסאַזשירן אין אַ ריי ערטער: אין דער שיל און אין אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אויף וואָקזאַלן, אין פֿליפֿעלד, אין סאָציאַלע אַנשטאַלטן און אין שפּיטאָלן. אַ רײַזע וועט קאָסטן אַרום 100 רובל, ד״ה אַרום 1.5 דאָלאַר. די דינסט וועט ניט אַרבעטן שבת אָדער אויף די ייִדישע יום־טובֿים.


פֿעסטיוואַל געווידמעט סאָוועטישן שרײַבער סערגיי דאָוולאַטאָוו

אין פּעטערבורג איז די טעג פֿאָרגעקומען נאָך אַ וויכטיק געשעעניש. דאָרטן האָט מען דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם באַרימטן סאָוועטישן (און עמיגראַנטישן) שרײַבער סערגיי דאָוולאַטאָוו, וואָס זײַן מוטער איז געווען אַ ייִדישקע. דאָוולאַטאָוו האָט געוווינט אין פּעטערבורג אויף רובינשטיין־גאַס. איצט געפֿינט זיך אויף דער גאַס דער ייִדישער קהילה־צענטער. אין אים איז געעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג אילוסטראַציעס צו דאָוולאַטאָווס פּראָזע, געצייכנט פֿון אַלכּסנדר פֿלאָרענסקי, אַ באַרימטער קינסטער פֿון פּעטערבורגער „אונטערערד‟. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביז פֿעברואַר 2017.

פֿון ישׂראל איז קיין רוסלאַנד איבערגעשיקט געוואָרן אַ גלח פֿון פּעטערבורג, גלעב גראָזאָווסקי. ער איז אַ מאָל געווען אַ גלח אין אַ דערפֿל לעבן לענינגראַד. אין 2013 איז ער געפֿאָרן קיין ישׂראל כּדי אָנטייל צו נעמען אין אַ פֿאָרום — און האָט זיך ניט צוריקגעקערט קיין רוסלאַנד. די סיבה איז געווען אַז אין רוסלאַנד איז גראָזאָווסקי באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלע אַקטן מיט מינדעריעריקע. גראָזאָווסקי האָט מיט די דאָזיקע באַשולדיקונגען ניט מסכּּים געווען, און האָט געפּרוּווט צו בלײַבן אין ישׂראל און צו ווערן אַ ישׂראלדיקן בירגער, אָבער האָט ניט מצליח געווען. אַנומלט איז ער אַרעסטירט געוואָרן און איבערגעשיקט געוואָרן אויף זײַן היימלאַנד.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.