די פֿלייט קערט זיך אום צו דער קלעזמער־מוזיק

Bringing the Flute Back to Klezmer Music

דאָס נײַע קאָמפּאַקטל „זײַ געזונט צום היימלאַנד: פּוילן‟, און די פֿלייט־שפּילערין איידריאַן גרינבאַום
דאָס נײַע קאָמפּאַקטל „זײַ געזונט צום היימלאַנד: פּוילן‟, און די פֿלייט־שפּילערין איידריאַן גרינבאַום

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 16, 2016, issue of September 30, 2016.

אַז די פֿלייט איז אַמאָל געווען אַ צענטראַלער אינסטרומענט אין דער קלעזמער־קאַפּעליע פֿון מיזרח־אייראָפּע איז שוין אָפּגערעדט. 

די פֿידל, צימבל, באַס און פֿלייט האָבן טיפֿע וואָרצלען אין דער מוזיקאַלישער געשיכטע פֿון די ייִדן. אָבער במשך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט האָט מען אין דער פֿלייט כּמעט ווי פֿאַרגעסן. אפֿשר איז עס צוליב דער טעכנאָלאָגיע בײַם רעקאָרדירן די פּלאַטעס; די איידעלע, ציטערדיקע פֿלייט האָט מען אין דער סטודיאָ פּשוט נישט געקענט הערן אין פֿאַרגלײַך מיטן קלאַרנעט, טרומייט און פּויקן.

מיטן אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק האָבן זיך באַוויזן עטלעכע פֿײַנע פֿלייטיסטן, אָבער קיינער האָט נישט באַטראַכט און געפֿאָרשט די ראָלע, סטיל און קלאַנג פֿון דער אַמאָליקער קלעזמער־פֿלייט ווי איידריאַן גרינבאַום. נישט נאָר איז זי אַ מײַסטער מוזיקערין פֿונעם העכסטן ניוואָ, נאָר אויך אַ געניטע פֿאָרשערין מיט אַ סענסיטיוון אויער, וואָס קען זיך צוהערן צו די אַלטע פּלאַטעס און הערן נואַנסן אין דער מוזיק וואָס מע האָט ביז איצט נישט געהערט.

גרינבאַום שפּילט אויף הילצערנע פֿלייטן פֿונעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט, כּדי צו כאַפּן דעם עכטן, אַלטן פֿלייטישן קלעזמערקלאַנג, און פֿירט אָן מיט וואַרשטאַטן און קלאַסן וועגן דער פֿלייט איבער דער וועלט. זי איז אַ פּראָפֿסאָרקע פֿון מוזיק בײַם „מאַונט־האָליאָק־קאַלעדזש‟ און האָט עטלעכע רעקאָרדירונגען סײַ פֿון דער קלעזמער־מוזיק, סײַ פֿון דער קלאַסישער.

אין 2009 האָט שרון פֿראַנט(ד)־ברוקס געמאָלדן, אַז זי האָט אַ העפֿט קאָמפּאָזיציעס פֿון איר עלטער־זיידנס קאַפּעליע אין פּוילן — די „פֿראַנד קלעזמאָרים‟. זי האָט שטאַרק געוואָלט, מע זאָל איבערשרײַבן די מוזיק און אויפֿלעבן די ניגונים פֿון אירע אָבֿות. פֿראַנד האָט שוין אָנגעהויבן פֿאָרשן איר אַמאָליקע קלעזמער־משפּחה און האָט אויסגעפֿונען אַ סך ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן זיי.

ווען גרינבאַום האָט זיך דערוווּסט, אַז די דאָזיקע קאַפּעליע איז באַשטאַנען פֿון אַ פֿלייט, פֿידלען און באַס האָט זי זיך אונטערגענומען איבערצושרײַבן די נאָטן און דאָס נײַע קאָמפּאַקטל „זײַ געזונט צום היימלאַנד: פּוילן‟ איז דער רעזולטאַט פֿון איר טירחה. דאָס קאָמפּאַקטל האָט מען רעקאָרדירט פֿאַר אַן עולם.

די „פֿראַנד קלעזמאָרים‟ האָבן געוווינט אין דיבעצק, גאַליציע, און אָפֿט אויך געשפּילט אין דינאָוו. דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿרהם־לייב פֿראַנד, איז געווען שרון פֿראַנט(ד)־ברוקס עלטער־זיידע און האָט געשטרעבט צו ווערן אַ מוזיקער אין דער קלאַסישער מוזיקאַלישער וועלט אין עסטרײַך, אָבער ס’איז אים נישט געלונגען. 

האָט ער געשאַפֿן אַ קאַפּעליע מיט זײַנע קרובֿים. זײַן שוועסטערקינד, משה מאַרשעליק, איז געווען דער בדחן. דערצו האָט ער אַרײַנגענומען זײַנע קינדער — כאַסקל און ישׂראל פֿראַנד. 

שרון פֿראַנד־ברוקס טאַטע, מיכל־דוד פֿראַנד, האָט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה אויף דער שיף קיין אַמעריקע, האָט ער זיך נישט באַטייליקט אין דער גרופּע.

פֿאָרצושטעלן די פֿראַנד־קאָמפּאָזיציעס האָט גרינבאַום אויסגעקליבן אַן ערשט־קלאַסישע קאַמפּאַניע: מיישקע אַלפּערט ווי דער בדחן, דזשייק שולמאַן־מענט אויפֿן פֿידל, פּיט רושעפֿסקי אויפֿן צימבל; ברײַאַן גלאַסמאַן אויפֿן באַס. דער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין ניו־דזשערזי, אין דעצעמבער 2015, פֿאַר די אַמעריקאַנער קרובֿים פֿון דער פֿראַנד־משפּחה.

דאָס שפּילן פֿון די מוזיקער, בפֿרט פֿון גרינבאַום אויף דער פֿלייט, מאַכט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן צוהערער. מע פֿילט די עכטקייט און גײַסטלעכקייט פֿון דער מוזיק און נישט קיין ברעקל „שמאַלץ‟. געוויסע מעלאָדיעס וועט דער קלעזמער־מבֿין דערקענען, און צוויי קאָמפּאָזיציעס האָט גרינבאַום אַליין געשאַפֿן. פֿאַרשיידנע טענץ־מעלאָדיעס קען מען אויך דאָ הערן — אַ קאָלאָמייקע, אַ קאַדריל, אַ וואַלצער, אַ ווענגערקע, אַ פּאָלקע.

גרינבאַום האָט צעטיילט די ניגונים אויף זיבן טיילן: „בײַם חדר‟ — ווײַל דער קאַפּעלמיסטער איז אויך געווען אַ באַליבטער מלמד; „זומער בײַם קראַסניצקיס גוט‟ ווײַל די קאַפּעליע האָט דאָרטן געשפּילט; „די חתונה בײַם רינעק‟ ווײַל אויך דאָרטן האָט מען זיי געהערט; „בײַם יריד‟, „ארון־קודש אויף רעדער‟; „אַמעריקע!‟, און „אַ געזעגענונג און זכרונות‟. 

אין זײַן ראָלע ווי דער בדחן, באַגריסט מיישקע אַלפּערט דעם עולם און בפֿרט מיכל־דוד פֿראַנד, וואָס מע רופֿט אים מילט. (נישט לאַנג נאָכן קאָנצערט איז ער נעבעך ניפֿטר געװאָרן.) בלויז אַלפּערט קען הײַנט שאַפֿן אַן אָריגינעל בדחנות צו באַדעקן די כּלה עס זאָל קלינגען אַלט און אויטענטיש. דערצו גיט אַלפּערט אַן אַרײַנפֿיר בײַ ס’רובֿ פֿון די לידער, אַזוי ווי עס פֿירט זיך אויף אַ חתונה.

במשך פֿונעם אָוונט דינען דער פֿידל און די פֿלייט ווי די הויפּט־אינסטרומענטן. די וואָס דערוואַרטן אַ קלעזמער־קאָמפּאַקטל מיט הויכע, האָפּקעדיקע בלוז־אינסטרומענטן וועלן זײַן אַנטוישט, ווײַל די קלאַנגען זענען שטילער — אָבער דערפֿאַר האַרציקער. 

די אַנטדעקונג פֿון דער זאַמלונג נאָטן פֿון דער פֿראַנד־קאַפּעליע און די אַרבעט פֿון שרון פֿראַנט(ד)־ברוקס איז אַ גוואַלדיקער אויפֿטו, און איידריאַן גרינבאַומס רעאַליזירונג פֿון די קאָמפּאָזיציעס און איר אַראַנזשירונג איז אויך אויסערגעוויינטלעך. 

צו הערן אַ ביסל פֿון דעם קאָמפּאַקטל Farewell to the Homeland: Poyln, גיט אַ קוועטש דאָ: