טראַמפּס אוניווערסאַלער ביכער־קאַטאַלאָג

Trump's Universal Book Catalogue

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 16, 2016, issue of September 30, 2016.

ווי עס זעט אויס, האָט אונדזער קאַנדידאַט אויפֿן פּאָסטן פֿון פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַשלאָסן נישט נאָר צו זײַן דער דעקאַן פֿונעם באַרימטן טראַמפּ־אוניווערסיטעט, נאָר אויך צונויפֿצוזאַמלען אַלע ביכער וואָס זײַנען ווען עס איז געדרוקט געוואָרן — אין אַלע שפּראַכן — און עפֿענען אויף יעדן פֿון זײַנע גאָלף־פֿעלדזן אַן אוניווערסאַלן ביכער־קאַטאַלאָג פֿון צענדליקער קוביק־מעטער און אָנשטעלן שומרים.

ווי ס׳מאַכט זיך, קען עמעצן זיך חלילה פֿאַרגלוסטן אַמאָל צו זען ווי אַן אמתדיק בוך האָט ווען עס איז אויסגעזען, אַ בלעטער טאָן, לאָמיר זאָגן, שעקספּירס „האַמלעט‟, וועט יענער זיך מוזן ווענדן צום מומחה, צום העכסט־ליטעראַרישן, הויך אַקאַדעמישן עקספּערט, דאָנאַלד טראַמפּ, וועלכער — ווי מיר שטויסן זיך שוין אָן — איז אַ ספּעץ אויף אַ סך געביטן.

און איידער וואָס ווען, האָבן זיך די זשורנאַליסטן דערוווּסט פֿון טראַמפּס אײַנפֿאַל, האָבן זיי אים באַלאַגערט מיט די אויסטערלישסטע שאלות; גלאַט געוואָלט געניסן פֿון זײַן קענטשאַפֿט אין וועלט ליטעראַטור:

„מיסטער דאָנאַלד טראַמפּ!‟ האָבן זיי אים פֿאַרשטעלט דעם וועג צום טראַמפּ־העליקאַפּטער, „קענט איר זיך טיילן מיט אונדז לגבי וואָלטיירס ׳קאַנדיד׳? מיר ווילן וויסן אין וואָס איז באַשטאַנען זײַן מײַסטער פּאַנגלאָס חכמה פֿון לערנען זײַן תּלמיד קאַנדיד, אַז דאָס איז די בעסטע פֿון אַלע מעגלעכע וועלטן, בעת איר שילדערט אונדזער וועלט טאַקע ווי דעקאַדענט, קאָרומפּירט און דער עיקר, אַז מ׳שמירט — פֿאָרט מען, און אַז מ׳שמירט —סקריפּען נישט די רעדער.‟

טראַמפּ האָט זיך אַ קראַץ געטאָן אונטער זײַן שטרויענער פּאַרוקע, קיין פּינטל נישט געטאָן מיט קיין אויג און געענטפֿערט:

„שטעלט אײַך פֿאָר אַז מיר זײַנען אַרומגערינגלט מיטן קאַרליק פֿון צפֿון־קאָרעע; מיט די פּאַסקודנע כינעזער וואָס טשאַטעווען זיך אויף אונדזער אַרסענאַל באַנקנאָטן; מיט די פֿוקסן פֿון איראַן; „אײַסיס‟ שאַרפֿט זיך די צײן; די מעקסיקאַנער וואַנט וועט אונדז אָפּקאָסטן אַ מאַיאָנטעק, אָבער נישט געזאָרגט, מעקסיקע וועט באַצאָלן דערפֿאַר… דער איינציקער פֿרײַנד וואָס מיר פֿאַרמאָגן אין דער וועלט איז מײַן גוטער בראַטשיק וולאַדימיר פּוטין וואָס גיט מיר קאָמפּלימענטן. פֿאַרגעסט נישט אַז איך בין דער אמתער ׳קאַנדיד׳־אַט, גרייט צו מאַכן אַמעריקע מעכטיק.‟

די זשורנאַליסטן מיט די טעלעוויזיע־קאַמעראַס האָבן געפּינטלט מיט די אויגן און געשטוינט, אַזוי צו זאָגן, וואָס מיינט ער דערמיט? אָבער דאָס האָט נישט אָפּגעהאַלטן דעם זשורנאַליסט פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אים צו דאָקוטשען מיט אַן אַנדער קשיא פֿון דער מה נשתּנה:

„מיסטער טראַמפּ, מיר האָבן געהערט אַז איר האַלט בײַם צונויפֿזאַמלען אַלע ביכער פֿון אַלע ביבליאָטעקן און אויפֿשטעלן אויף יעדן פֿון אײַערע גאָלף־פֿעלדזן אַן אוניווערסאַלן ביכער־קאַטאַלאָג און ראַטעווען אונדזער וועלט־ליטעראַטור, פּראָזע און פּאָעזיע, די גאַנצע וועלטקולטור פֿון אַלע דורות, ס׳איז ממש אַן אויסערגעוויינטלעכער אײַנפֿאַל.‟

טראַמפּ ווערט צעשמאָלצן ווי פּוטער אויף דער זון פֿון פֿאַרגעניגן:

„פֿאַרגעסט נישט, מײַנע ליבע פֿרײַנד, אַז איך האָב פֿאַרענדיקט דעם טראַמפּ־אוניווערסיטעט וווּ איך האָב זיך ספּעציאַליזירט אין אונטערקויפֿן, שאַכער־מאַכער, און בין דער אײגנטימער פֿון אַן אויטענטישן גאָלדענעם שליסל, וואָס עפֿנט אַלע טירן‟.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.