ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

ליבעלע יומאַנסקי (רעכטס) שפּילט די ראָלע פֿון טרײסי, און שושנהלע פֿרידמאַן־מענד שפּילט עמבער; (פֿון רעכטס): חיים דזשײסאָן־איסטאָן שפּילט די ראָלע פֿון קאָרני קאָלינס; יאסמינעלע גאָטמאַכער — אין דער ראָלע פֿון „מאָטאָרמױל‟ און מרדכי פֿרידמאַן שפּילט סיװיד.
יואל לואיס
ליבעלע יומאַנסקי (רעכטס) שפּילט די ראָלע פֿון טרײסי, און שושנהלע פֿרידמאַן־מענד שפּילט עמבער; (פֿון רעכטס): חיים דזשײסאָן־איסטאָן שפּילט די ראָלע פֿון קאָרני קאָלינס; יאסמינעלע גאָטמאַכער — אין דער ראָלע פֿון „מאָטאָרמױל‟ און מרדכי פֿרידמאַן שפּילט סיװיד.

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 19, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די שלום־עליכם טאָגשול אין מעלבורן, אױסטראַליע, װוּ קינדער אין עלטער פֿון 5־12 יאָר לערנען זיך ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, האָט די װאָך פֿאָרגעשטעלט איר יערלעכן קאָנצערט.

די פּיעסע װאָס די שול האָט אױסגעקליבן פֿאַרן קאָנצערט איז די מוזיקאַלישע פּיעסע „הײרספּרײ‟ (האָר־שפּריצעכץ), װאָס איז אױך אַרױס װי אַ מוזיקאַלישער פֿילם מיט עטלעכע יאָר צוריק. די הױפּט־מעלה פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז דאָס װאָס, אַזױ װי עס געשעט יעדעס יאָר, האָבן די לערער פֿון דער שלום־עליכם שול באַאַרבעט דעם סקריפּט כּדי ער זאָל זײַן דרײַ־ שפּראַכיק. די קינדער האָבן פֿאָרגעשטעלט אין ייִדיש, ענגליש און אַ ביסל העברעיִש. די שלום־עליכם שול איז די אײנציקע טאָגשול אין אױסטראַליע װעמענס יערלעכער קאָנצערט איז דרײַ־שפּראַכיק.

לױטן קוריקולום פֿון דער שטאַט װיקטאָריע, װערט דערװאַרט אַז תּלמידים און תּלמידות זאָלן זיך לערנען װעגן טעאַטער־װעזן. עס װערט אױך דערװאַרט אַז זײ זאָלן זיך לערנען װעגן דער געזעלשאַפֿט, און אין פֿיל קינדערשולן, אַפֿילו אין עפֿנטלעכע פֿאָלקשולן, לערנט מען קינדער פֿרעמדע שפּראַכן (שפּראַכן אַחוץ ענגליש). די שטאַט אַנערקענט ייִדיש, העברעיִש און תּנ”כישער העברעיִש װי פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַר דעם צװעק.

די פּיעסע קומט פֿאָר אין דער אַמעריקאַנער שטאָט באָלטימאָר אין יוני, 1962. צװײ פֿון די פֿיל העלדינס זײַנען טרײסי און איר מאַמע, עדנאַ. בײדע זײַנען מוזיקאַליש און בײדע זײַנען עטװאָס אױסגעשלאָסן פֿון דער מערהײט װײַל זײ זײַנען פֿעטע. עדנאַ גיט זיך אַן עצה דערמיט מיט דעם װאָס זי גײט בכלל נישט אַרױס פֿון שטוב. טרײסי גיט זיך אַן עצה דורך טענץ און געזאַנג. איר חלום איז אָנטײלצונעמען אין אַ מוזיקאַלישער טעלעװיזיע־אױדיציע פֿאַר יוגנטלעכע.

טרײסי באַקענט זיך דערװײַל מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער משפּחה און לערנט זיך װעגן זײערע טענץ. די מאַמע פֿון דער משפּחה, אַ קענער פֿון דער פּאָפּולערער מוזיק, איז דערלױבט אָנצופֿירן מיט אײן טעלעװיזיע־אױדיציע אַ חודש, װײַל אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זײַנען נאָרמאַל נישט דערלױבט אָנטײלצונעמען אין דער אױדיציע אַחוץ דעם אײן מאָל אַ חודש אין יענער צײַט.

טרײסי באַװײַזט זיך מיט אירע פֿעיִקײטן און פֿאַרדינט אַן אָרט אױף איר באַליבטער טעלעװיזיע־אױדיציע, כאָטש די „פּאָפּולערע‟ מײדלעך אין איר מיטלשול האַלטן נישט פֿון איר. עדנאַ באַװײַזט זיך אױף דער גאַס כּדי בײַצוזײַן אױף איר טאָכטערס פּרעמיערע. עס איז זײער װיכטיק און געזונט דאָס צו װײַזן, דער עיקר אין אַ צײַט װען פֿיל יונגע קינדער פֿילן זיך שלעכט װעגן זײער פֿיזישן אױסזען.

טרײסי באַשליסט אַז זי װעט אַלײן אינטעגרירן די טעלעװיזיע־אױדיציע צוזאַמען מיט אירע נײַע פֿרײַנד און אַלע מאַמעס און טעכטער װערן אַרעסטירט װי אַ רעזולטאַט דערפֿון. אַלע יונגע פּאָרן דערקלערן זיך אין ליבע און טרײסי און אירע אינטעגרירטע פֿרײַנד טרעטן אויף אױף אַ נאַציאָנאַלער טעלעװיזיע־אױדיציע. איצט איז די אױדיציע אָפֿיציעל אינטעגרירט און אַלע פֿרײען זיך.

רעדנדיק מיט די קינדער איז געװען קלאָר, אַז זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די פּיעסע און די װיכטיקײט פֿון טאָלעראַנץ און פֿון באַציִען זיך צו אַנדערע מיט דרך־ארץ. זײ האָבן אױך פֿאַרשטאַנען אַז בײַ ייִדן הײסט דאָס מענטשלעכקײט. זײ האָבן גוט געזונגען די ייִדישע לידער און עס איז געװען לײַכט צו זען אַז זײ האָבן פֿאַרשטאַנען דאָס װאָס זײ זינגען. דאָס איז קענטיק געװען נישט דאָס ערשטע מאָל װאָס זײ זינגען אין ייִדיש. נאָר אַ ייִדישע טאָגשול װוּ ייִדיש שפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון די תּלמידים און די תּלמידות קען דערװאַרטן אַזאַ רעזולטאַט.