פּאָרטוגאַל אַנטפּלעקט 400־יאָריקע ספֿר־תּורה וואָס קריפּטאָ־ייִדן האָבן געניצט

Portugal Unveils 16th Century Torah Used By Crypto-Jews

Wikimedia Commons

פֿון ייִט״אַ

Published September 20, 2016, issue of September 30, 2016.

אין דער קליינער שטאָט קאָווילהאַ, אין צפֿון־מיזרח־פּאָרטוגאַל, האָט מען הײַנט צום ערשטן מאָל אויפֿגעדעקט אַ 400־יאָריקע ספֿר־תּורה וואָס אַן אָרטיקער בוי־קאָנטראַקטאָר האָט נאָך מיט צען יאָר צוריק — אין 2006 — געהאַט געפֿונען אויף אַ דעמאָליר־אָרט און עס געהאַלטן אַרומגעוויקלט מיט אַ לײַוונט.

די אָרטיקע צײַטונג „דיאַריאָ דע נאָטיסיאַס“ האָט איבערגעגעבן אַז דער בוי־קאָנטראַקטאָר איז געווען פֿאַרכאַפּט פֿון דער רייניקייט און זי גענומען צו זיך אַהיים, וווּ זי איז אָפּגעלעגן ביז הײַנטיקס יאָר, ווען ער האָט וועגן דעם דערציילט אַרכעאָלאָגן בשעתן אַרבעטן אויף אַן אַנדער פּראָיעקט. דאָס האָבן די אַרכעאָלאָגן אידענטיפֿיצירט וואָס דאָס איז.

די פֿאַרצײַטיקע ספֿר־תּורה, וואָס איז 98 פֿוס די לענג און 2 פֿוס די ברייט, און וואָס די קריפּטאָ־ייִדן (אויך באַקאַנט ווי אַנוסים אָדער מאַראַנען) האָבן משמעות געניצט בסוד בשעת דער פּאָרטוגעזישער אינקוויזיציע, האָט מען הײַנט אויסגעשטעלט אינעם קאָווילהאַ־ראָטהויז. ס׳געפֿינט זיך דווקא אין אַן אויסערגעוויינלעכן מצבֿ אַפֿילו נאָך הונדערטער יאָר אָפּליגן אין נישט־אידעאַלע אומשטאַנדן. סוף חודש וועט מען זי אַרײַנלייגן אין אַ סקלאַד, כּדי זי אויפֿצוהיטן.

אַ מאָל האָבן אין פּאָרטוגאַל געוווינט הונדערטער טויזנטער ייִדן, ביזן יאָר 1536, ווען די מלוכה האָט אָנגעהויבן איר אייגענעם נוסח פֿון דער אינקוויזיציע (די קאַמפּאַניע אָנגעפֿירט פֿון דער קאַטוילישער קירכע און אָרטיקע פֿירערס קעגן נישט־קריסטן), וואָס זענען אָדער אַנטלאָפֿן פֿונעם איבערישן האַלבינאדזל אָדער פֿאַרבליבן קעגן דעם ווילן נאָכן לאָזן זיך אָפּשמדן.

כאָטש אַ סך פֿון די אַנטלויפֿנדיקע ייִדן האָבן זיך געסטאַרעט מיטצונעמען געוויסע תּשמישי־קדושה, אַרײַנגערעכנט ספֿר־תּורות, האָבן אַנדערע זיי איבערגעלאָזט מיט דער האָפֿענונג אַז מע וועט זיך אַ מאָל אומקערן אין לאַנד און זיי אָפּנעמען. אַנדערע האָבן זיך געשמדט אָבער שטילערהייט געניצט די זאַכן כּדי בסוד צו היטן די מיצוות. אין געוויסע טיילן פּאָרטוגאַל האָט דאָס געקענט דערפֿירן צו דעם אַז מע זאָל די באַהאַלטענע ייִדן פֿאַרטרײַבן פֿון זייערע היימען, צו רדיפֿות און אַפֿילו טויט. אָבער אין אַנדערע טיילן לאַנד, איבער הויפּט דאָרט וווּ משומדים האָבן געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין מיסחר, האָבן סײַ אָרטיקע אינסטאַנצן סײַ די קירכע זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק פֿון ייִדישן גאָטסדינסט, וואָס האָט נאָך אָנגעהאַלטן צענדליקער יאָרן ביז ס׳איז סוף־כּל־סוף אונטערגעגאַנגען.

קאַרלאָס מאַדאַלענאָ, דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון שטאָטמוזייען אין קאָווילהאַ, האָט איבערגעגעבן דער „דיאַריאָ דע נאָטיסיאַס“ אַז די אַלטע ייִדישע קוואַרטאַלן האָבן מער נישט עקסיסטירט ווען מ׳האָט זיך באַניצט מיט אָט דער ספֿר־תּורה. הייסט עס, אַז זי האָט מסתּמא געהערט צו ייִדן וואָס מע האָט זיי גענייט זיך צו שמדן, און וואָס האָבן עס געהאַלטן פֿאַרבאָרגן. געפֿונען האָט מען זי נאָענט צו אַ קלויסטער וואָס מ׳האָט אויפֿגעבויט אינעם זעכצעטן יאָרהונדערט און וווּ קריפּטאָ־ייִדן פֿלעגן תּפֿילה טאָן.

אויף די שטיינערנע ווענט אינעם שטעטל טראַנקאָסאָ, לעבן קאָווילהאַ, קען מען זען גוט־אויפֿגעהיטע אײַנשניטן געמאַכטע נאָך דער פּאָרטוגעזישער אינקוויזיציע. די אָ צייכנס נעמען אַרײַן ייִדישע אותיות וואָס, ווען מע לייענט זיי פֿאַרקערט, לייגן זיי אויס דאָס וואָרט „גרויל“. סע געפֿינען זיך דאָרט אויך צעפּלעטשטע פֿוטרינעס וווּ מע קען זען וווּ סע פֿעלט אַ מזוזה.



Would you like to receive updates about new stories?
























We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.