ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 20, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די דעבאַטע וווּ דאַרף מען שטעלן דעם דענקמאָל פֿאַר די חסידי אומות העולם הערט נישט אויף, נישט אין וואַרשע און נישט איבערן ים.

די טענה קעגן דעם שטעלן דני קרוונס (דאַני קאַראַוואַן) דענקמאָל לעבן דעם ייִדישן מוזיי און דעם געטאָ־קעמפֿערס דענקמאָל איז מסתּמא אַ לאָגישע: מען זאָל נישט צונויפֿמישן די צוויי נאַראַטיוון — דער נאַראַטיוו פון די ייִדישע קרבנות און דער פֿון די חסידי אומות העולם.

היוצא מזה איז אַז דער דענקמאָל פֿאַר די חסידי אומות העולם דאַרף שטיין אויף אַ צווייט אָרט. אויף אַזאַ אופֿן באַווײַזט מען מער דרך־ארץ, סײַ פֿאַר די ייִדן סיי פֿאַר די פּאָליאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן.

אָבער דערלויבט מיר צוצוגעבן אַ דריטע פּערספּעקטיוו.

ווער סע האָט נאָר אויגן אין קאָפּ קען זען אַז אויפֿן סקווער פֿונעם ייִדישן מוזיי האָט די שטאָט וואַרשע אויפֿגעשטעלט כּלערליי מעטאַלענע אײַנריכטונגען. זיי זעען אפֿשר אויס ווי אַ מין מאָדערנע סקולפּטור אָבער קיין סקולפּטורן זענען זיי נישט. דאָס זענען מכשירים פֿאַר גימנאַסטיק. די שטאָט וואַרשע ווייסט, אַז נישט אַלע תּושבֿים קענען צאָלן פֿאַר ספּאָרטקלובן, פֿאַרן „דזשים‟, ווי מען רופֿט דאָס אין אַמעריקע. דערפֿאַר קען מען קומען אויפן סקווער פֿונעם ייִדישן מוזיי און צו נוצן אַ האַלבן טוץ מכשירים פֿאַר זייער ניצלעכע פֿיזישע געניטונגען, בחינם. איך האָב דאָרטן געזען אַפֿילו מכשירים וואָס מען געפֿינט נישט אין אַ סך פּריוואַטע קלובן; למשל, אַ ספּעציעלער מכשיר פֿאַר טאַליע־געניטונגען.

איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט די וואָס האַלטן אַז דער סקווער לעבן דעם ייִדישן מוזיי איז נישט קיין פּאַסיק אָרט פֿאר דאַני קאַראַוונס דענקמאָל. אָבער ווי קומט עס אַז פֿאַר ספּאָרט־מכשירים איז עס יאָ פּאַסיק?

נו, ווי באַקאַנט, זענען פֿיזישע געניטונגען זייער געזונט, אָבער לאָמיר זײַן ערלעך — אַ ביסל נודנע. אין אַ סך קלובן האָט מען טאַקע געשטעלט טעלעוויזיע־עקראַנען כּדי מען זאָל קענען קוקן אויף די קליינע טעלעוויזיע־מענטשעלעך בשעת מען לויפֿט אויף איין אָרט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די שטאָט וואַרשע קען זיך נישט דערלויבן אַזאַ לוקסוס, בפֿרט אַז סע גייט דאָ אַ רייד וועגן ספּאָרט־מכשירים אונטערן פֿרײַען הימל.

דערפֿאַר לייג איך פֿאָר אַזאַ זאַך: די מוניציפּאַליטעט זאָל שטעלן אַ ספּעציעלן גרויסן טאָוול פֿאַר די וואָס מאַכן דאָ געניטונגען. אַ טאָוול קאָסט נישט קיין סך געלט און מען קען אויף אים שטעלן דעם ווײַטערדיקן טעקסט פֿון מיעטעק פּאַכטער, וואָס גיט איבער די געשענישן וואָס זענען פֿאָרגעקומען ממש אויף דעם אָרט, גענוי אויף דעם זעלבן סקווער, מיט זיבעציק יאָר צוריק.

בשעת די מענטשן מאַכן געניטונגען קענען זיי לייענען פּאַכטערס באַשרײַבונג:

„אָט גייט אַ דײַטש צו צו אַ פֿרוי מיט אַ קינד. דאָס קינד האַלט די מאַמע פֿעסט בײַ דער האַנט. דער דײַטש רײַסט דאָס קינד פון דער מאַמען אויף אַ ברוטאַלן אופֿן. דאָס קינד שרײַט: ‘מאַמע, נעם מיך צוריק, מאַמע, ראַטעווע…’ דאָס קינד שרײַט וואָס אַ מאָל שטאַרקער. די מאַמע לויפֿט צו אים. עטלעכע דײַטשן וואַרפֿן זיך אויף איר און האַלטן זי צוריק. איר געשרײ איז שרעקלעך. אירע אויגן זענען ווי צוגעשמידט צום קינד. די דײַטשן לאָזן זי נישט זיך רירן פֿונעם אָרט. זי שרײַט צו די דײַטשן: ‘מערדערס, גיט מיר צוריק מײַן קינד! אויב נישט, זאָל די ערד פֿאַלן פֿון אונטער אײַערע פֿיס! הרגעט מיך, אָבער וואָס ווילט איר פֿון מײַן קינד! אײַער פֿאָלק זאָל פֿאַרשאָלטן ווערן אויף אייביק פֿאר דעם וואָס איר טוט מיט אונדז! הרגעט מיך אָבער לאָזט מײַן קינד לעבן!’

איר קול ווערט שוואַכער. זי כאָרקעט. דער דײַטש וואָס האַלט דאָס קינד גייט צו צו אַ וואַנט. ער נעמט דאָס קינד בײַ די פֿיסעלעך און מיטן גאַנצן כּוח שלאָגט זיין גופֿל אין דער וואַנט. דאָס קעפּל פֿונעם קינד צעשפּאַלט זיך. די וואַנט ווערט רויט מיט בלוט.‟

מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר אַ צען מינוט געניטונגען אויף דער פֿרישער לופט איז דער דאָזיקער טעקסט גענוג לאַנג…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.