ייִדיש געזאַנג אין לאָנדאָן — אונטערן פֿרײַען הימל

Yiddish Concert in London — Under the Open Skies


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 21, 2016, issue of September 30, 2016.

יעדעס יאָר, אינעם רעגענטן־פּאַרק אין לאָנדאָן, פֿירט מען אויף זייער אַ פֿײַנעם קלעזמער־פֿעסטיוואַל א״ט „קלעזמער־מוזיק/קלעזמאָרים אין פּאַרק“. כאָטש אויף דער אונטערנעמונג שפּילן שטענדיק אַ צאָל טאַלאַנטירטע קאַפּעליעס, איז דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל געווען „נאָך בעסער און אַ סך מער ייִדישלעך ווי אַלע מאָל“, האָט באַמערקט די ייִדיש־לעקטאָרין אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, ברוריה וויגאַנד. מע האָט אויך געקענט הערן מוזיקערס פֿון איבער גאָר דער וועלט, פֿון גאַנע ביז אינדיע.

די קאָנצערטן האָבן זיך געצויגן פֿון 12:30 בײַ טאָג ביז 6:30 אין אָוונט. מ׳האָט געהערט די לאָנדאָנער קלעזמער־קאַפּעליע „טאַנץ“, ווי אויך די לאָנדאָנער גרופּע „דאָן קיפּער“, וואָס שפּילט אַ געמיש פֿון קלעזמער־מוזיק, ציגײַנער־מוזיק און באַלקאַנישער מוזיק. מיט אַ חבֿרה לאָנדאָנער קלעזמאָרים איז אויפֿגעטראָטן לאָרין סקלאַמבערג, און ס׳האָט זיך אויך באַטייליקט די קאַפּעליע „די טורבאַנען“, וואָס שפּילט דער עיקר באַלקאַנישע און ציגײַנער־מוזיק.

פּאָלינאַ שעפּערדס ייִדיש־כאָר איז אויך אויפֿגעטראָטן. „אין דער אמתן איז דאָס געווען אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי ייִדיש־כאָרן,‟ האָט וויגאַנד דערקלערט. „סײַ אונדזער לאָנדאָנער ייִדיש־כאָר סײַ פּאָלינאַס ׳חוצפּה־כאָר׳ פֿון ברײַטאָן‟.

אַפֿילו פֿון אַ גרופּע קלעזמער־מוזיקערס אויף שטאָלצן האָט דער עולם הנאה געהאַט.

די זינגערין וויווי לאַקס האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן פּאַראַד, באַגלייט מיט איר „ווינטשעווסקי־אַנסאַמבל“. בשעת מע האָט מאַרשירט דורכן רעגענטן־פּאַרק האָט מען געזונגען אַ קראַנץ לידער פֿון מאָריס ווינטשעווסקין, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין לאָנדאָן. די מאַרשירעס זענען באַגלייט געוואָרן פֿון אַ חבֿרה קלעזמאָרים און האָבן געטראָגן אַפֿישן, אויף וועלכע ס׳איז געווען אויפֿגעשריבן די ווערטער „פֿרײַהייט“, „גלײַכהייט“ און The Great Yiddish Parade…

אַחוץ קאָנצערטן האָט מען אויך אויספּלאַנירט אַ ריי שעפֿערישע אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער, אַרײַנגערעכנט: דאָס מאַכן און באַפּוצן דעם אייגענעם קלעזמער־אינסטרומענט, דאָס מאַכן מוזיקאַלישע מאָבילעכלעך, און דאָס שאַפֿן שנה־טובֿות מיט ייִדישע אותיות.

אָט איז אַ ווידעאָ, ווי דער כאָר זינגט דאָס באַקאַנטע פֿאָלקסליד „האָב איך מיר אַן אַלטן דײַם‟:



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.