„לשמרה‟ — חרדישע קינדער לערנען זיך וועגן דער סבֿיבֿה

Leshomra: Haredi Children Learn about the Environment

Courtesy of leshomra.org

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 23, 2016, issue of September 30, 2016.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ריזיקע טיילן פֿונעם תּנ׳׳ך און דער גמרא זענען געווידמעט אַגריקולטורעלע ענינים, זענען הײַנט ס׳רובֿ חרדישע ייִדן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער נאַטור און פֿאַרמערײַ.

דערפֿאַר האָט דער ישׂראלדיקער פּעדאַגאָג אַבֿישי הימלפֿאַרב פֿאַראַיאָרן געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע „לשמרה‟. דורך אירע פּראָגראַמען לערנען זיך די חרדישע קינדער וועגן ערד־אַרבעט און דער נאַטור אין אַ קאָנטעקסט וואָס פּאַסט מיטן פֿרומען לעבנסשטייגער. די אָרגאַניזאַציע, וואָס אַרבעט בשותּפֿות מיט אַ ריי תּלמוד־תּורות און „בית־יעקבֿ‟־שולן, שאַפֿט גערטנער פֿון אַרבוזן און אוגערקעס, וואָס ווערן פֿאַרפֿלאַנצט דורך די תּלמידים אַליין און לערנט די קינדער וועגן דער וויכטיקייט פֿון אָפּהיטן די סבֿיבֿה. ביז אַהער האָבן זיך שוין אָנגעשלאָסן אין דער פּראָגראַם 85 שולן און קינדער־גערטנער און מער ווי 10,000 קינדער האָבן שוין אָנטייל גענומען אין די „לשמרה‟־וואַרשטאַטן.

דערווײַל עקזיסטירט נאָך ניט אַזאַ פּראָגראַם אין אַמעריקע, כאָטש געוויסע חסידישע חדרים, בפֿרט „אָפּסטייט‟ אין מאָנסי און קרית־יואל, באַזוכן יאָ פֿאַרמען מיט זייערע תּלמידים. ס׳איז ניט קיין זעלטנקייט, למשל, צו זען ווי אַ גרופּע פֿון עטלעכע הונדערט חסידישע ייִנגלעך באַזוכן מיט זייערע מלמדים די „ייִדיש־פֿאַרם‟, כּדי זיך צו דערוויסן ווי אַזוי מע פֿאַרפֿלאַנצט ווייץ און קנאָבל.