ייִדיש אין קאַזאַן

Yiddish in Kazan

מאַרינאַ יאַקובאָוויטש זינגט אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון לעוו סאַנדיוק אויף דער צווייטער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן
Courtesy of yiddishcenter.org
מאַרינאַ יאַקובאָוויטש זינגט אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון לעוו סאַנדיוק אויף דער צווייטער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 27, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אינעם יאָר 1897 האָבן די ייִדן באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון דער מלוכה צו עפֿענען אַן אָפֿיציעל רעגיסטירטע שיל, וועלכע האָט זיך ערשט געעפֿנט אין 1915, נאָך לאַנג־יאָריקע ביוראָקראַטישע שוועריקייטן. מיט הונדערט יאָר שפּעטער, איז די שיל רעמאָנטירט געוואָרן און זיך געעפֿנט פֿון ס׳נײַ. צוליב דעם דאָזיקן געשעעניש האָט מען געפּראַוועט די דערמאָנטע פֿאַראַיאָריקע שׂימחה.

אַ רעלאַטיוו גרויסע ייִדישע קהילה האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן אין דער טאָטערישער הויפּטשטאָט נאָך דער רעוואָלוציע. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קאַזאַן 8-10 טויזנט נפֿשות.

די היסטאָרישע שיל עפֿנט זיך פֿון ס׳נײַ אין קאַזאַן, מיט אַ יאָר צוריק
די היסטאָרישע שיל עפֿנט זיך פֿון ס׳נײַ אין קאַזאַן, מיט אַ יאָר צוריק

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָט אין דער געגנט געקאָנט יאָ זײַן אַן אַקטיווע ייִדישע קהילה. אינעם 10טן יאָרהונדערט איז אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער שטאָט שוין געשטאַנען אַ גענוג אַנטוויקלטער ייִשובֿ. דעמאָלט איז דער ראַיאָן געווען אונטער דער מאַכט פֿון כאַזאַריע, וווּ ייִדישקייט, ווי באַקאַנט, איז אָנגענומען געוואָרן ווי די אָפֿיציעלע רעליגיע פֿון די פֿירנדיקע שיכטן. אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין דער וואָלנער בולגאַריע, וועלכע האָט געגרינדעט די שטאָט ווי אַ גרענעץ־פֿעסטונג, זיך פֿאַרשפּרייט איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער זענען זיך אַפֿילו משער, אַז דער עצם־נאָמען פֿון קאַזאַן האָט צו טאָן מיט די כאַזאַרן, הגם אַזאַ מיינונג איז נישט פּאָפּולער. עס קאָן זײַן, אַז במשך פֿון אַ געוויסער צײַט האָבן די אָרטיקע גרים און נײַע מוסולמענער אַקטיוו קאָנטאַקטירט צווישן זיך און מיט זייערע מיטגלייבער פֿון אַנדערע לענדער.

דער ייִדישער — און ייִדיש־רעדנדיקער — קאָלווירט וואַלדהיים לעבן ביראָבידזשאַן איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1928 דורך אַ גרופּע ייִשובֿניקעס פֿון קאַזאַן, צוזאַמען מיט אײַנוואַנדערער פֿון ווײַסרוסלאַנד און מיזרח־אוקראַיִנע. אין טאַטאַרסטאַן און דער בשכנותדיקער אודמורטיע האָבן די ייִדן במשך פֿון 150 יאָר באַוויזן צו שאַפֿן אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון ייִדיש, באַשפּרענקלט מיט אַ צאָל ספּעציפֿישע טאָטערישע און אודמורטישע ווערטער. אין דער וועלט טרעפֿן זיך נאָך אַלץ ייִדיש־רעדער, וואָס רופֿן אָן אַ גרויסן טײַך „קאַם‟; סתּם אַ טײַך — „שורך‟, און קאַשע — „באָטקע‟.

וואָס שייך רעליגיע, איז שווער צו גלייבן, אַז הרבֿ בערל לאַזאַר גלייבט ערנסט, אַז מע דאַרף נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער פֿון די „מעסיקע‟ טאָטערישע מוסולמענער. הגם ס׳רובֿ טאָטערן האָבן אַ פֿאָרמעלע שײַכות צו איסלאַם, זענען אַ סך פֿון זיי אינגאַנצן אַסימילירטע עם־הארצים, וואָס גייען צום בעסטן איין מאָל אַ יאָר אין אַ מעטשעט; געדענקען, אַז זייער באָבע האָט געקאָנט פֿאַרשטיין די מיסטעריעזע אותיות פֿונעם קאָראַן, און טראַכטן, אַז אין טעאָריע וואָלטן זיי נישט געדאַרפֿט פֿאַרבײַסן די משקה מיט חזיר.

פֿון צײַט צו צײַט טרעפֿן זיך צווישן אַזעלכע טיפּן ענטוזיאַסטישע יחידים, וואָס ווילן „תּשובֿה טאָן‟ און מאַכן דעם אויספֿיר, אַז אַן „עכטער‟ פֿאַרברענטער איסלאַמיסט מוז זיך אָנשליסן אין „אײַסיס‟, ווײַל נאָרמאַלע פֿרומע מוסולמענער זענען בלויז אַ קליינער מיעוט אין דער אַרומיקער סבֿיבֿה. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די טאָטערן געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין די קריסטלעך־מוסולמענישע באַציִונגען אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד.

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שטעלט מיט זיך די רוסלענדישער פֿעדעראַציע אַ בונטן טעפּעך פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער און אָרטיקע פּאָליטישע סטרוקטורן. טאַטאַרסטאַן איז איינע פֿון 22 רעפּובליקן אין די פֿעדעראַציע־ראַמען מיט אַ ברייטער אויטאָנאָמיע, אַן אייגענער קאָנסטיטוציע און צוויי אָפֿיציעלע שפּראַכן, טאָטעריש און רוסיש. אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז ייִדיש באַווײַזט זיך אין אַזאַ אינטערעסאַנטער היסטאָרישער שטאָט.