„ווײַבערטײַטש‟: אַ פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש

Vaybertaytsh: A Feminist Podcast in Yiddish

סאָסיע פֿוקס
סאָסיע פֿוקס

Published September 28, 2016, issue of September 30, 2016.

בײַ די ייִדישיסטן איז שטענדיק געווען אַזאַ שיטה, אַז מע זאָל זיך באַנוצן מיט ייִדיש ניט בלויז אַרומצורעדן ענינים וואָס זענען דירעקט פֿאַרבונדן מיט ייִדן, נאָר אויך צו באַטראַכטן מער אַלגעמיינע טעמעס ווי וויסנשאַפֿט, פּאָליטיק, פּאָפּולערע קולטור, מאָדע אאַז׳׳וו.

סאָסיע פֿוקס, אַ דאָקטאָראַנטקע אין ייִדישע שטודיעס אינעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟, וואָס וווינט צײַטווײַליק אין תּל־אָבֿיבֿ, דערמאָנט טאַקע די דאָזיקע שיטה אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון איר נײַעם פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟. דער פּאָדקאַסט, וואָס איז דער איינציקער פֿון אַזאַ סאָרט מחוץ דער חסידישער וועלט ניט פֿאַרבונדן מיט קיין מעדיאַ־אָרגאַניזאַציעס, בינדט צונויף פֿוקס׳ ליבע צו ייִדיש מיט איר ליבע צו דער דריטער כוואַליע פֿון פֿעמיניזם און איר פֿאַרבונדענער מוזיק־סצענע באַקאַנט ווי „רײַאָט־גירל‟ (העצערקע).

דער ערשטער קאַפּיטל, וואָס איז לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 26סטן סעפּטעמבער, דינט ווי אַ הקדמה צום פּראָיעקט און דערקלערט זײַנע צילן. אינספּירירט פֿון די פֿרויערישע ראַדיאָ־קאָלעקטיוון פֿון די 1980ער און 1990ער יאָרן, האָט סאָסיע געוואָלט שאַפֿן אַ פּאָדקאַסט, אויף וועלכן ייִדיש־רעדנדיקע פֿרויען קענען זיך צוזאַמענקומען אַרומצורעדן די ענינים, וואָס זענען זיי וויכטיק. סאָסיע מאָלט דעם פּאָדקאַסט אויס ווי אַן אָרט אַרומרעדן דעם פֿעמיניזם אויף ייִדיש און באַטראַכטן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט, ייִדישיזם, די ייִדישיסטישע סבֿיבֿה און די ענינים, וואָס זענען ספּעציעל וויכטיק פֿאַר פֿרויען.

דער פּאָדקאַסט טראָגט זייער אַ מאָדערנעם טעם. דער סטיל פֿון רעדאַקטירן איז אַן אַקטועלער וואָס דערמאָנט אַזעלכע פּראָגראַמען ווי This American Life (דאָס אַמעריקאַנער לעבן), אין וועלכער מע גיט איבער פֿאַרשידענע דערמאָנונגען און דערקלערט דערנאָך ווי אַזוי זיי זענען פֿאַרבונדן. דער עמבלעם, פֿון שיפֿרה ווײַטמאַן, דערמאָנט טאַקע די עסטעטיק פֿון די אומאָפּהענגיקע זשורנאַלן און קאָמיקס פֿון דער „רײַאָט־גירל‟־באַוועגונג אָבער דאָס געפֿיל פֿון דער וועבזײַט איז אין גאַנצן אַ הײַנטצײַטיקער.

דער נאָמען, וואָס עס האָט אויסגעטראַכט ד׳׳ר שאול זאַריט פֿון „האַרוואַרד־אוניווערסיטעט‟, בינדט צונויף די אַמאָליקע „טײַטש‟־ביכער פֿאַר ייִדישע פֿרויען מיט דער פֿעמיניסטישער קריטיק, אַז מענער טײַטשן ניט אויס ריכטיק וואָס עס זאָגן די פֿרויען אָדער זיי „הערקלערן‟ (mansplain) איבער זיי. „ווײַבערטײַטש‟ מיינט אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע וועט אויפֿן פּאָדקאַסט הערן ווי די פֿרויען טײַטשן אַליין אויס די וועלט.

סאָסיע פֿוקס האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זי האָפֿט, אַז זי וועט קענען אַרויסלאָזן אַ נײַעם קאַפּיטל פֿון דער פּראָגראַם אַלע צוויי וואָכן. אינעם קומענדיקן קאַפּיטל וועט זי כאַפּן אַ שמועס מיט אַ חסידישער פֿרײַנדינע. כּדי צו הערן דעם ערשטן קאַפּיטל און זיך צו פֿאַרשרײַבן צו באַקומען די ווײַטערדיקע, באַזוכט //www.vaybertaytsh.com/.

טאָמער איר ווילט זיך אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם שיקט אַ בליצבריוו אויף vaybertaytsh@gmail.com.