פּערעס ע״ה — דער לעצטער מנהיג דערצויגן אין אַ שטעטל

Peres: The Last Leader Raised in a Shtetl

Getty Images

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 29, 2016, issue of September 30, 2016.

מיט דער פּטירה פֿון שמעון פּערעס ז׳׳ל שליסן זיך אַ ריי היסטאָרישע תּקופֿות. במשך פֿון 70 יאָר איז דער גרויסער מנהיג געווען אַקטיוו אין כּמעט אַלע וויכטיקע געשעענישן אין ישׂראל און האָט געדינט אין אַלע הויכע מלוכישע אַמטן. ס׳איז מעגלעך, אַז ס׳זענען ניטאָ קיין אַנדערע היסטאָרישע פֿירער, וואָס האָבן געהאַט אַזאַ ריזיקע השפּעה אויף די געשעענישן אין אַ יונגן לאַנד אויף אַזאַ לאַנגער צײַט ווי שמעון פּערעס.

וועגן פּערעס׳ ראָלע ווי בן־גוריונס רעכטע האַנט, וועגן זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן און ווידערוווּקסן, זײַנע באַציִונגען מיט זײַנע פּאָליטישע קאָנקורענטן, זײַן קריטישע ראָלע בײַם גרינדן ישׂראלס נוקלעאַרער פּראָגראַם און זײַן אומדערמידלעכע קאַמף פֿאַר שלום אין די לעצטע 30 יאָר פֿון זײַן לעבן קען מען לייענען אין אַ ריי אַנדערע צײַטונגען. פֿאַר די „פֿאָרווערטס‟־לייענער איז אָבער כּדאַי צו באַטראַכטן נאָך אַ היסטאָרישע תּקופֿה וואָס האָט זיך געשלאָסן מיט פּערעס׳ פּטירה: ער איז געווען דער לעצטער גרויסער ישׂראלדיקער מנהג, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטעטל.

ווי עס האָבן לעצטנס געשריבן צוויי באַקאַנטע ישׂראלדיקער פּאָליטישע אַנאַליסטן אין „האָרץ‟, גדעון לוי און אַנשל פֿעפֿער, איז פּערעס׳ סטאַטוס ווי אַן אימיגראַנט פֿון פּוילן ניט קיין צופֿאַל, נאָר אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר וואָס האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף זײַן גאַנצער פּאָליטישער קאַריערע.

שמעון פּערעס שפּילט אין אַ מאַנדאָלין־אָרקעסטער אין  ווישנעווע
שמעון פּערעס שפּילט אין אַ מאַנדאָלין־אָרקעסטער אין ווישנעווע

שמעון פּערסקי איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1923 אין ווישנעווע (דעמאָלט פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד) בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים אויך אויסגעשולט אין העברעיִש און רוסיש. פֿון דער שול האָט פּערעס זיך גוט אויסגעלערנט פּויליש. פּערעס׳ פֿאָטער האָט שטענדיק געוואָלט עולה זײַן קיין ישׂראל אָבער די משפּחה האָט אויך געהאַלטן נאָענטע קאָנטאַקטן מיט קרובֿים אין אַמעריקע — צווישן זײ איז געווען פּערעס׳ קוזינע בעטי פּערסקי, שפּעטער באַקאַנט ווי די אַקטריסע לאַורען באַקאַל.

כאָטש פּערעס איז געקומען קיין ארץ־ישׂראל צו 10 יאָר האָט ער קיינמאָל ניט געקענט פּטור ווערן פֿון זײַן ייִדישן אַקצענט. ווי עס האָט לעצטנס דערמאָנט גדעון לוי, דער „האָרץ‟־קאָלומניסט וואָס האָט ווי אַ יונגערמאַן געדינט ווי פּערעס׳ פּערזענלעכער אַסיסטענט און איז געבליבן נאָענט מיט אים, האָט פּערעס, ניט געקוקט אויף זײַנע אַלע באַמיִונגען, זיך קיינמאָל ניט געפֿילט ווי אַן אייגענער צווישן דער פּאָליטישער עליטע אין לאַנד, ווײַל ער איז ניט געווען קיין סאַברע.

„אין אַ לאַנד וווּ מע האָט באַטראַכט אַפֿילו דער מינדסטער שפּור פֿון אַן אַקצענט ווי אַ בושה,‟ האָט לוי געשריבן, „האָט מען פּערעסן, מיט זײַן ייִדישן אַקצענט, זײַן רעקל און זײַן קראַוואַט, ניט געזען ווי קיין עכטער סאַברע. אין אַ לאַנד וואָס האָט אויסגעטראַכט אַ נײַעם סאָרט ייִד — אַן אָפּגעברוינטער, אַ זעלנער, אַ בראַווער אַוואַנטוריסט — איז פּערעס געווען דער אַלטער ייִד, דער גלות־ייִד‟. לוי דערמאָנט אַז פּערעס האָט געהאַלטן אַ וועלט פֿון זײַנע מיטצײַטלער ווי יצחק ראַבין אָבער אַז זיי האָבן זיך באַצויגן צו אים מיט ביטול. לוי באַשרײַבט פּערעס ווי אַ טראַגישע פֿיגור; אַ מין ייִנגל, וואָס האָט שטענדיק געשטרעבט צו באַקומען דעם אויפֿמערק פֿון זײַנע „פֿרײַנד‟, וואָס האָבן קיינמאָל ניט געהאַלטן פֿון אים.

אַנשל פֿעפֿער, אויך אַ „האָרץ‟־קאָלומניסט, האָט אים ענלעך באַשריבן אין זײַן אַרטיקל „פּערעס — דער אייביקער עולה‟. אין זײַן אַנאַליז דערקלערט פֿעפֿער, אַז ס׳זענען פֿאָרגעקומען אַ סך מאָמענטן אין פּערעס׳ קאַריערע, ווען אַלע אַנדערע פּאָליטיקער וואָלטן זיך צוריקגעצויגן פֿון דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי צו פֿאַרדינען אין דער געשעפֿטן־וועלט. פּערעס׳ איז אָבער געבליבן אַ פּאָליטיקער, האַלט פֿעפֿער, ווײַל ער האָט שטענדיק געשטרעבט צו זײַן אַן אייגענער צווישן די סאַברעס, וואָס האָבן אים ניט אָנגענומען ווי איינער פֿון זיי. אַפֿילו נאָך דעם וואָס מע האָט אין 2000 אויסגעקליבן דעם ווייניק־באַקאַנטן פּאָליטיקער משה קצבֿ ווי דער נײַער פּרעזידענט, עפּעס וואָס אַלע האָבן אויסגעטײַטשט ווי אַ פּאַטש אין פּנים פּערעסן, איז ער געבליבן אַקטיוו, ווערנדיק דער פּרעזידענט בלויז אין 2007, צו 83 יאָר.

נאָר דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן צו באַטראַכטן ווי „דאָס פּנים פֿון ישׂראל‟. שוין צו יענער צײַט האָט מער ניט געלעבט דער גרעסטער קאָנקורענט זײַן דור יצחק ראַבין; און אריאל שרון, דער אַנדער גרויסער ריוואַל פֿון זײַן דור, איז דעמאָלט געלעגן אין אַ קאָמע. דער ייִנגערער דור פּאָליטיקער האָט אים צו יענער צײַט באַטראַכט ווי אַ „זיידע‟ פֿון דער מדינה. אַ ריי רעכטע פּאָליטיקער, מיט בנימין נתּניהו בראָש, וואָס זענען געווען גרויסע פּאָליטישע קעגנער פֿון פּערעס׳ שיטה, האָבן דווקא אַרויסגעוויזן גרויס ליבשאַפֿט און דרך־ארץ פֿאַר פּערעסן בעת זײַן קאַדענץ, און די דרײַ יאָר זינט ער איז סוף־כּל־סוף געוואָרן אַ פּריוואַטער בירגער אין 2014. זײַן ייִדישער אַקצענט און אייראָפּעיִשע קליידונג, וואָס איז געווען אַ פֿלעק אויף זײַן שם, איז געוואָרן אַ באַליבטער סימבאָל בײַ די יונגע ישׂראלים, וואָס האָבן אָפּגעשאַצט זײַן ראָלע ווי זייער „זיידע‟.

כאָטש ס׳האָט מיט פּערעס׳ טויט זיך געענדיקט די תּקופֿה פֿון ייִדיש־רעדנדיקע מנהיגים וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער מיזרח־אייראָפּע, זענען נאָך דאָ אין ישׂראל אַ ריי פּאָליטיקער וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים. צווישן זיי איז דער מענטש מיטן בעסטן שאַנס צו ווערן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.