פּרשת נצבֿים, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Nitzovim, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 29, 2016, issue of September 30, 2016.

די הײַנטיקע פּרשה, „נצבֿים‟, פֿאַלט אויס יעדעס מאָל פֿאַרן קומענדיקן יום־טובֿ, ראָש־השנה.

על־פּי־קבלה, שטעקט אין יעדן שבת דער גײַסטיקער כּוח פֿון דער גאַנצער קומענדיקער וואָך. די חסידישע צדיקים זענען מסביר, ווי אַזוי אונדזער סדרה איז אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים מרמז אויף די ראָש־השנהדיקע ענינים.

פֿונדעסטוועגן, שיידט זיך דאָס הײַנטיקע יאָר אויף אַ געוויסן חידושדיקן אופֿן פֿון אַ טייל אַנדערע יאָרן. אָפֿט מאָל לייענט מען פֿאַר ראָש־השנה די טאָפּלטע פּרשה, „נצבֿים־וילך‟, וווּ דער באַשעפֿער וואָרנט משה רבינו, אַז ס׳איז געקומען זײַן צײַט ניפֿטר צו ווערן. למשל, וועלן מיר אין אַ יאָר אַרום, אם־ירצה־השם, לייענען די פּרשה אויף אַזאַ טאָפּלטן אופֿן. הײַנט באַקומט זיך אָבער, אַז די תּורה אַסאָציִירט דעם אָנהייב פֿונעם קומענדיקן יאָר ה׳תּשע״ו דווקא מיטן ערשטן טייל פֿון משהס צוואה.

אין דער הײַנטיקער קורצער סדרה שטייט נישט געשריבן בפֿירוש, אַז אונדזער גרויסער נבֿיא האָט פֿאַרזאַמלט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, כּדי צו דערקלערן דעם ענין פֿון ערבֿות — דאָס קעגנזײַטיקע אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן — גלײַך פֿאַר זײַן פּטירה. אין פֿאַרגלײַך מיט דער קומענדיקער סדרה, קלינגט משה רבינו גאַנץ לעבעדיק, הגם אינעם אַלגעמיינעם טאָן פֿון זײַנע טאַדל־ווערטער, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שפּירט זיך דער טעם פֿונעם לעצטן אָנזאָג. להיפּוך צו דער קומענדיקער פּרשה, פֿאָקוסירט זיך משה רבינו אויפֿן לעבעדיקן און דינאַמישן אַספּעקט פֿון דער תּורה.

ווען פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן ווערן איבערגעציילט אין דער תּורה, ווערן די פֿרויען און קינדער אָפֿט נישט דערמאָנט. די קלאַסישע און הײַנטצײַטיקע מפֿרשים דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, פֿאַרוואָס דער אייבערשטער האָט אַנטפּלעקט זײַן הייליק ווילן אויף אַזאַ „פּאָליטיש אומקאָרעקטן‟ אופֿן. לויטן געוויינטלעכן תּירוץ, זענען די פֿרויען מער סענסיטיוו צו רוחניות, דערפֿאַר נייטיקן זיי נישט אין איבעריקע וואָרענונגען אין דער תּורה. אַזוי צי אַזוי, ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה בפֿירוש דערמאָנט אַלע גרופּעס ייִדן, אַרײַנגערעכנט קינדער, פֿרויען און גרים, כּדי אונטערצושטרײַכן דעם קאָלעקטיוון ענין פֿון ערבֿות.

לויטן קלאַסישן „ספֿר החינוך‟, ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערמאָנט די לעצטע פֿון די תּרי״ג מיצוות: אַז יעדער ייִד איז מחויבֿ אָנצושרײַבן אַן אייגענע ספֿר־תּורה. געוויינטלעך, איז מען מקיים די דאָזיקע מיצווה, ווען אַ סופֿר העלפֿט צוגעבן אַן אות בײַם פֿאַרענדיקן אַ נײַע ספֿר־תּורה. הגם, אין טעאָריע, איז בעסער צו קריגן אַן אייגענע ספֿר־תּורה, קאָן מען זאָגן, אַז דער פֿאַרשפּרייטער מינהג שטרײַכט אונטער דעם ענין פֿונעם קאָלעקטיוון בונד אין דער הײַנטיקער פּרשה. דער „ספֿר החינוך‟ גיט צו, אַז ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ מיצווה צו קריגן אַנדערע ספֿרים־ּהקדושים. לויטן זעלבן פּרינציפּ, ווען אַ קהילה קויפֿט אײַן נײַע ספֿרים פֿאַר דער שיל, באַקומט יעדער אַ חלק אין דער דאָזיקער מיצווה.

אינעם צענטער פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטייט געשריבן זייער אַ וויכטיקער און אינטערעסאַנטער פּסוק, וואָס האָט צו טאָן מיט די סודות־התּורה. „הנסתּרות לה׳ אלוקינו והנגלות לנו ולבֿנינו על עולם לעשׂות את כּל דבֿרי התּורה הזאת‟ — די סודות געהערן צום רבונו־של־עולם, און דער פּשוטער פּשט געהערט צו אונדז און צו אונדזערע קינדער, נאָכצופֿאָלגן די גאַנצע תּורה פֿון דור צו דור.

די ווערטער „לנו ולבֿנינו עד‟ זענען, על־פּי מסורה, באַגלייט מיט 11 מיסטעריעזע קרײַזלעך איבער די אותיות. די דאָזיקע סימנים זענען מרמז, אַז אינעם דאָזיקן פּסוק גופֿא שטעקן סודות, וואָס זענען צוטריטלעך צו אונדז אַלעמען, אַרײַנגערעכנט פֿרויען, קינדער און פּשוטע בעלי־בתּים. הגם דער גענויער באַדײַט פֿון די קרײַזלעך מעג בלײַבט מיסטעריעז, פֿילן מיר דאָך, אַז זיי סימבאָליזירן עפּעס אַ סוד. ווען דער באַשעפֿער זאָגט, אַז די סודות געהערן צו אים, מיינט עס נישט, אַז מיר טאָרן נישט שטרעבן זיי צו באַגרײַפֿן. פּונקט פֿאַרקערט: ווען מיר זענען משתּדל צו פֿאַרשטיין דעם באַהאַלטענעם באַדײַט פֿון דער תּורה, קאָנען מיר דערגרייכן די מדרגה, וואָס געהערט צום אייבערשטן, און אַנטפּלעקן דאָס געטלעכע ליכט אין אונדזערע נשמות.

ווײַטער שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה, אַז די תּורה איז נאָענט צו אונדז און שטעקט אין אונדזער מויל און האַרץ. מיר זאָלן נישט מיינען, אַז זי איז ווײַט פֿון אונדז, אינעם הימל צי איבערן ים. דער גײַסטיקער תּפֿילה־כּוח אין אונדזער מויל ווענדט זיך דאָך אין די באַהאַלטענע השׂגות און געפֿילן אין אונדזער האַרץ.

ווידער באַטאָנט משה רבינו, אַז מיר זאָלן נישט מיינען, אַז אונדזער עבֿודה באַשטייט בלויז פֿונעם טעכנישן פֿאָלגן די הלכה. די אינערלעכע סודות פֿון דער תּורה זענען צוטריטלעך פֿאַר אונדז דווקא צוליב דעם, וואָס זיי זענען נישט באַהאַלטן אין די הויכע הימלען, ווי עס טראַכטן אַ טייל מענטשן, נאָר קאָנען אַנטדעקט ווערן אין אונדזערע אייגענע הערצער. אינעם גײַסטיקן זין פֿון דער דערמאָנטער מיצווה, דאַרפֿן מיר שטרעבן צו אַנטפּלעקן אַן אייגענע ספֿר־תּורה אין האַרצן.

בײַם סוף פֿון דער פּרשה דערקלערט משה רבינו, אַז מיר מוזן ליב האָבן דעם באַשעפֿער, זיך צוהערן צו זײַן קול און זײַן מיט אים בדבֿקות. ווי אַזוי זשע קאָנען מיר, פּשוטע מענטשן, הערן דעם באַשעפֿערס קול? דער מעזשריטשער מגיד האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די תּפֿילה גופֿא איז געטלעכקייט. דער באַשעפֿער רעדט צו אונדז דורך אונדזער אינטויִציע און עמאָציעס, הגם נישט אַלעמאָל פֿאַרשטייען מיר ריכטיק זײַן קול.

דאָס קול פֿונעם שופֿר דערמאָנט אינעם געוויין, וואָס קומט אַרויס פֿון די טיפֿענישן פֿונעם צעבראָכענעם מענטשלעכן האַרץ. די נעמען פֿון די פֿאָריקע צוויי פּרשיות זענען מרמז אויפֿן וואַנדער־וועג פֿון אונדזער לעבן. מיר גייען צומאָל אַרויס אין מסוכּנע ערטער, און צומאָל ברענגען מיר אַרײַן פֿון דרויסן צווייפֿלהאַפֿטיקע געדאַנקען. דער שטענדיקער נע־ונד איז אַ נייטיקער אינטעגראַלער טייל פֿון אונדזער תּיקון־העולם. ווען מיר וואָלטן געזעסן די גאַנצע צײַט אין שטיבער, שילן און ישיבֿות, וואָלטן מיר, אפֿשר, געקאָנט כּמעט דערגרייכן די מדרגה פֿון מלאָכים; זײַענדיק אָפּגעריסן פֿון דער וועלט, וואָלטן מיר אָבער נישט געקאָנט צונויפֿזאַמלען די פֿינקלעך פֿון קדושה, וואָס זענען צעשפּרייט אין אומגעריכטע מקומות.

להיפּוך צו די פֿאָריקע פּרשיות, הייסט די איצטיקע סדרה „נצבֿים‟ — „איר שטייט‟. משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן און געבעטן זיי אָפּצושטעלן אויף אַ ווײַל זייער נע־ונד אינעם מידבר און זיך צוהערן צום „שופֿר‟ פֿון זייער האַרץ. דאָס אָפּשטעלן זיך פֿון צײַט צו צײַט, כּדי אָפּצוגעבן דעם דין־וחשבון און תּשובֿה טאָן פֿאַר אונדזערע טעותן איז אויך אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם מענטשלעכן לעבנס־וועג.

דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט גאָר אַ וויכטיקן ראָש־השנהדיקן ענין אין זײַן ספֿר „זרע קודש‟. ווען מע בעט דעם רבונו־של־עולם מוחל צו זײַן אונדזערע עבֿירות, קאָן דער יצר־הרע פֿאַרפֿירן דעם מענטשן מיטן אומפּאַסיקן געפֿיל פֿון שולד. ווי אַזוי קאָן מען אַפֿילו דאַוונען אינמיטן דעם הייליקן יום־הדין מיט אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון זינד אינעם האַרצן, שוין אָפּגערעדט פֿון טיפֿע קבלה־סודות און הויכע עבֿודות? אַזוי טענהט דער יצר־הרע. אין דער אמתן, דערקלערט דער ראָפּשיצער רבי, אַז אין די עבֿירות שטעקט דער הייליקער כּוח פֿון תּשובֿה. פֿאַרשטייט זיך, מיינט עס נישט, אַז מע מעג סתּם זינדיקן אַ גאַנץ יאָר און בלויז טראַכטן וועגן הייליקע ענינים ראָש־השנה און יום־כּיפּור. פֿון דער צווייטער זײַט, טאָר מען אויך נישט מיינען, אַז צוליב אונדזער טאָג־טעגלעכן נע־ונד קאָנען מיר נישט דערפֿילן דאָס באַהאַלטענע געטלעכע ליכט אין אונדזער האַרץ.

ווען מיר שטעלן זיך אָפּ, הערן זיך צו צום שופֿר און בעטן ערנסט מחילה בײַם רבונו־של־עולם, קאָנען מיר אינעם שופֿר־בלאָזן דערהערן זײַן קול צו אונדז און פֿאַרשטיין, אַז נישט געקוקט אויף אַלע לעבנס־וואַקלענישן בלײַבט די תּורה, אַרײַנגערעכנט אירע טיפֿע סודות, נישט אינעם ווײַטן קאָסמאָס צי אויף יענער עק וועלט, נאָר גאַנץ נאָענט, אין אונדזער מויל און האַרץ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.