די אַנטי־ייִדיש־אומרוען אין תּל־אָבֿיבֿ

The Anti-Yiddish Riots in Tel Aviv

Yehuda Blum

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 30, 2016, issue of October 26, 2016.

די וואָך איז פֿאַרבײַ דער יאָרטאָג פֿון אַ כּמעט־פֿאַגעסענער טרויעריק באַרימטער געשעעניש בײַ ייִדן.

דעם 26סטן סעפּטעמבער 1930 האָט אַ ווילדער המון פֿון עטלעכע טויזנט ייִדן דורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע אין דרויסן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער „מאָגראַבי־טעאַטער‟. וואָס עפּעס? אין זאַל האָט מען דעמאָלט געוויזן איינעם פֿון די ערשטע פֿול־מעטראַזשיקע ייִדיש־שפּראַכיקע רעדפֿילמען, „מײַן ייִדישע מאַמע‟, מיט סימאָר רעכצײַט ווי דער הויפּטאַקטיאָר.

צווישן די מהומהניקעס האָבן זיך געפֿונען עטלעכע מיטגלידער פֿון דער אַזוי גערופֿענער „אַרמיי פֿאַר דער פֿאַרטיידיקונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך“. זיי האָבן זיך אַרײַנגעריסן אינעם טעאַטער, געוואָרפֿן טינט אויפֿן עקראַן און רויכבאָמבעס אויפֿן עולם. ס׳רובֿ פֿון די צוקוקער האָבן זיך איבערגעשראָקן און פֿאַרלאָזט דעם טעאַטער. ווען זיי זענען אַרויס אין דרויסן האָבן די דעמאָנסטראַנטן זיי באַגריסט מיט אַ הוראַ.

די פּאָליציי האָט, סוף־כּל־סוף, דורכגעבראָכן דעם המון און אָנגעהויבן אַרעסטירן די כוליגאַנעס אָבער דערנאָך זענען יענע צוריקגעקומען און מיט כּוח געפֿאָדערט, אַז מע זאָל אָפּשטעלן די פֿילמווײַזונג.

אַ טייל צוקוקער זענען פֿאַרבליבן אין זאַל, פֿאָדערנדיק מע זאָל אויסלעשן די ליכט און ווײַטער ווײַזן דעם פֿילם.

דאָס איז געווען בלויז איין בײַשפּיל פון אַ ריי ווילדע מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס פֿלעגן פֿאָרקומען אין פּאַלעסטינע פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה, ווען די העברעיִסטן האָבן אַקטיוו געשטרעבט צו דערשטיקן די ייִדישע שפּראַך וואָס זיי האָבן זיך באַצויגן צו דעם מיט ריינעם ביטול. דאָס איז געווען נאָר אַ מיקראָקאָזם פֿון די גרעסערע פּאָליטישע קאָנפֿליקטן אין דער דעמאָלטיקער ייִדישער קולטורוועלט צווישן די ייִדישיסטן און העברעיִסטן.