דער פּרינץ זיצט אויפֿן טראָן

When the Prince Is Busy On the Throne

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published October 07, 2016, issue of October 26, 2016.

איך קען יאַנקלען שוין צוויי יאָר. אַ פֿרײַנדינע האָט געזאָגט, אַז זי קען זײַן ברודער אין שיקאַגע, און ער, דער ברודער, איז אַ זײַדענער מענטש. וואָס דאָס האָט צו טאָן מיט יאַנקלען ווייס איך נישט. אָבער איך האָב סײַ־װי געדאַרפֿט זײַן אין ניו־יאָרק דעם צווייטן סוף־וואָך; האָב איך איר געזאָגט, אַז דער יאַנקל מעג מיר קלינגען.  

יאַנקל און איך האָבן געשמועסט טעלעפֿאָניש אַנדערטהאַלבן שעה — וועגן פּאָליטיק און אַלטע פּאָפּולערע לידער פֿון די זעכציקער יאָרן. דאָס הייסט, וועגן פּאָליטיק האָט ער גערעדט, און די אַלטע לידער האָב איך אים געשפּילט אויף מײַן „שויסערל‟. זײַן קול איז מיר געפֿעלן, זייער מאַנצביליש. אָבער כ׳האָב געהאַט דאָס געפֿיל, אַז ער איז אַ ביסל מאָדנע. ער האָט נישט געהאַט און נישט געוואָלט האָבן קיין טעלעוויזאָר: ”ווער דאַרף דאָס האָבן?“ קיין צעלקע אויך ניט: ”פּשוט אַ נאַרישקייט זיך אַרומצוטראָגן מיט אַ טעלעפֿאָן.‟ ווער רעדט אַפֿילו פֿון אַ קאָמפּיוטער? דער אמת איז, זאָגט ער, אַז ער האָט שוין צוויי קאָמפּיוטערס וואָס זײַנע פֿרײַנד האָבן אים געגעבן, אָבער מע מוז זיי פֿאַרריכטן. דערווײַל ניצט ער זיי צו האַלטן די טיר אָפֿן זומערצײַט עס זאָל צו אים אַרײַן אַ ביסל פֿרישע לופֿט.

 פֿון וואַנען ווייסט ער וואָס גייט אָן אין דער וועלט? ער הערט זיך צו צום ראַדיאָ און לייענט צוויי־דרײַ צײַטונגען יעדן טאָג. נאָכן צווייטן שמועס אונזערן האָט ער זיך געוואָלט טרעפֿן מיט מיר דאָס קומעדיקע מאָל װאָס איך וועל זײַן אין ניו־יאָרק, ווײַל איך בין „אַזאַ אינטערעסאַנטע מיטשמועסערין‟. 

„ניין,“ האָט ער זיך אויסגעבעסערט, „דו ביסט אַן אויסערגעוויינטלעכע מיטשמועסערין“. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זייער ווייניק גערעדט בעת דעם שמועס. ווען איך האָב אים נישט געשפּילט עפּעס פֿון אַ מוזיקער וואָס הייסט קלאָפּס (טאַקע אַזוי הייסט ער: אויף ענגליש — „מיטלאָף“) האָב איך בלויז געענטפֿערט אויף זײַנע רייד: „יאָ…טאַקע…אַזוי אינטערעסאַנט“, און כּמעט די גאַנצע צײַט האָב איך געהעקלט אַן איבערדעק און געהערט קלאָפּסעס שרעקלעכע געשרייען, וואָס בײַ יאַנקלען הייסט דאָס מוזיק.

זיץ איך מיר בײַ מײַן זון אין דער דירה און װאַרט אויף יאַנקלען. איך װאַרט און װאַרט. כ׳האָב שוין אָנגעהויבן טראַכטן, אַז ער קומט נישט. אַ האַלבע שעה שפּעטער האָט ער שוין געקוועטשט דאָס קנעפּל אין פֿאָיע פֿונעם קאָנדאָ־בנין. איך בין גלײַך אַראָפּ מיטן ליפֿט און געטראָפֿן אַ קורצן מאַן וואָס באָדט זיך אין שווייס פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. די עטלעכע האָר וואָס ער האָט נאָך געהאַט אויפֿן קאָפּ זײַנען געווען צוגעקלעפּט צום שטערן און ער האָט אַזש געסאַפּעט. ער איז געלאָפֿן צו מיר די גאַנצע פֿינף בלאָק פֿון דער לעצטער באַן סטאַנציע, זאָגט ער. כ׳האָב רחמנות באַקומען אויף אים.

נאָך דעם וואָס ער איז געקומען צו זיך, זײַנען מיר געגאַנגען טרינקען אַ קאַווע אין אַ נאָענטער קאַפֿע. ווען איך בין אַרויסגעקומען פֿונעם קלאָזעט האָב איך אים נישט געזען. אַ מינוט־צוויי האָב איך זיך אַרומגעקוקט און געטראַכט, אַז אפֿשר איז ער אַנטלאָפֿן און האָט נישט באַצאָלט פֿאַרן עסן, ביז כ׳האָב אים דערזען אויפֿשטיין פֿון אונטערן טיש. כ׳האָב אים אָנגעקוקט ווי אַ ווילדע באַשעפֿעניש.