ייִדישע אַמביװאַלענץ בײַ די קריטישע טעאָרעטיקער

Jewish Ambivalence at the Frankfurt School

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 09, 2016, issue of October 26, 2016.

אַנטיסעמיטן האָבן ליב צו רעדן װעגן „ייִדישע װיסנשאַפֿטן‟ װי, למשל, פּסיכאָאַנאַליז, די טעאָריע פֿון רעלאַטיװיטעט אָדער מאַרקסיזם.

די „קריטישע טעאָריע‟, אַ בראַנזשע פֿון דער מאַרקסיסטישער סאָציאָלאָגיע, איז לכתּחילה אַנטשטאַנען אין פֿראַנקפֿורט און דערנאָך איז װײַטער אַנטװיקלט געװאָרן אין אַמעריקע דורך אַ גרופּע דײַטשישע סאָציאַלע פֿאָרשער. עס איז אמת, אַז ס׳רובֿ פֿון אירע גרינדער זײַנען טאַקע געװען ייִדן: מאַקס האָרקהײַמער, הערבערט מאַרקוזע, עריך פֿראָם, לעאָ לעװענטאַל. זײער אָפּשטאַם און זײער לינקער קוקווינקל זײַנען געװען די סיבות פֿון זײער עמיגראַציע פֿון היטלערס דײַטשלאַנד. אָבער זײערע פֿאָרשערישע אינטערעסן האָבן ניט געהאַט קײן שײַכות צו ייִדן, און זײערע מעטאָדן זײַנען געװען װײַט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. 

דערבײַ האָבן אָט די פֿיר מענער יאָ באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג, װער מער און װער װײניקער. זײ האָבן קײן מאָל ניט אָפּגעלײקנט זײער ייִדישקײט, נאָר געהאַלטן זי פֿאַר זײער פּריװאַטן ענין. און דאָך, װי עס באַװײַזט פּראָפֿעסאָר דזשעק (יאַנקל) דזשײקאָבס, קען דער ייִדישער קאָנטעקסט װאַרפֿן אַ נײַעם ליכט אױף זײער טעטיקײט װי מיטגלידער פֿון דער „פֿראַנקפֿורטער שיטה‟ אין סאָציאַלע װיסנשאַפֿטן. 

דער „אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלער פֿאָרשונג‟ איז געשאַפֿן געװאָרן אין פֿראַנקפֿורט אין 1923 כּדי צו שטודירן די אַרבעטער־באַװעגונג, די עקאָנאָמישע געשיכטע און סאָציאַליזם. דער אינסטיטוט האָט געהאַט פּריװאַטע פֿינאַנציעלע שטיצע, און להיפּוך צו די דײַטשישע אוניװערסיטעטן האָט ניט דיסקרימינירט קעגן ייִדישע געלערנטער. ייִדישע פּראָבלעמען זײַנען געװען װײַט פֿון דעם אינסטיטוטס אַקאַדעמישן סדר־היום, הגם אײניקע מיטאַרבעטער זײַנע זײַנען פֿריִער געװען פֿאַרטאָּן אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין מיזרח־אײראָפּע. אַ טייל האָבן יונגערהייט געהאַט אַן אינטערעס אין ציוניזם, בעת אַנדערע האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרמעגלעכע און טראַדיציאָנעלע דײַטשיש־ייִדישע משפּחות. זײ האָבן באַטראַכט די קריטישע טעאָריע װי אַן אַנאַליטישער כּלי, װאָס באַזײַטיקט ענינים פֿון קלאַס, נאַציאָנאַליטעט אָדער רעליגיע.

אין אַזאַ מין מאַרקסיסטישן גײַסט האָט האָרקהײַמער אַנאַליזירט אין די סוף 1930ער יאָרן דעם אױפֿקום פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד װי אַ פּועל־יוצא פֿון דער באַרג־אַראָפּיקער געזעלשאַפֿטלעכער ירידה, װאָס האָט דערפֿירט צו דעם נצחון פֿון פֿאַשיזם. אָבער װען די טעאָרעטיקער פֿון דער „פֿראַנקפֿורטער שיטה‟ זײַנען געקומען קײן אַמעריקע, האָבן זײ אַנטדעקט, אַז אַנטיסעמיטיזם איז גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשײדענע סבֿיבֿות פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אין די 1930ער יאָרן האָבן די בעסטע אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן שטאַרק באַגראַנעצט די צאָל ייִדישע סטודענטן; מען האָט ניט גענומען ייִדן אױף װיכטיקע שטעלעס, און די קריסטלעכע פּריידיקער האָבן פֿאַרשפּרײט אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע איבערן ראַדיאָ. װי עס רעכנט פּראָפֿעסאָר דזשײקאָבס, זײַנען אין אַמעריקע געװען אױפֿן שװעל פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה בערך פֿינף הונדערט אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס.

עס איז געװען קלאָר, אַז די שׂינאה צו ייִדן אין אַמעריקע איז אַ װיכטיקע סאָציאַלע פּראָבלעם, װאָס נײטיקט זיך אין אַ טעאָרעטישער באַזיניקונג. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, װי דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, האָבן ניט געװאָלט מאַכן קײן טומל און געהאַלטן, אַז דער בעסטער אופֿן צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן ענין איז געװען דורך אַ שטילן שתּדלנות. אָבער די אָנגעקומענע „יעקעס‟ האָבן טאַקע אָנגערעדט די פּני פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום צו שטיצן אַן אַרומנעמיקן פֿאָרשערישן פּראָיעקט װעגן אַמעריקאַנער אַנטיסעמיטיזם. זײער מאַרקסיסטישער צוגאַנג איז געװען מעטאָדאָלאָגיש צו שמאָל, און דערצו נאָך װאָלט עס געװען אידעאָלאָגיש ניט פּאַסניק אין די אַמעריקאַנער פּאָליטישע און אַקאַדעמישע הױכע פֿענצטער. האָט מען אַריבערגעשטעלט דעם טראַף פֿון עקאָנאָמיק און פּאָליטיק אױפֿן סאָציאַלן פּסיכאָאַנאַליז. מען האָט פֿאָרגעשטעלט אַנטיסעמיטיזם װי אַ באַשטאַנדטײל פֿונעם טאָטאַליטאַרישן װעלטבאַנעם און אַ סכּנה פֿאַר דעמאָקראַטיע. די פּובליקאַציעס פֿון די באַריכטן האָבן געמאַכט אַ רושם, אָבער טעאָרעטיש זײַנען זײ געװען עקלעקטיש.

נאָך מער פּראָבלעמאַטיש זײַנען געװען די באַציִונגען פֿון די פֿראַנקפֿורטער טעאָרעטיקער מיט מדינת־ישׂראל. פֿאַר יעדן אײנעם איז דאָס געװען אַ פּריװאַטער ענין, און פּראָפֿעסאָר דזשײקאָבס אַנטדעקט דאָ אַ מערקװירדיקע טענדענץ. װאָס מער מען איז געװען באַהאַװנט אין ייִדישקײט, אַלץ מער קריטיש האָט ער זיך באַצױגן צו דער פּאָליטיק פֿון ישׂראל. דער סאַמע שאַרפֿער קריטיקער איז געװען עריך פֿראָם, װעלכער האָט יאָרן־לאַנג געלערנט גמרא, מדרש און ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט קײן מאָל ניט באַזוכט ישׂראל, און האָט געהאַלטן, אַז צו אַכפּערן די ייִדישער מלוכה איז קעגן דער מצװה לא תּעשׂה לך פּסל, [זאָלסט נישט מאַכן קיין געצן]. פֿראָם האָט געגלױבט, אַז דװקא די פּאָליטישע אָנמעכטיקײט איז גוט פֿאַר דער גײַסטלעכער שעפֿערישקײט. 

גאַנץ אַנדערש איז געװען די פּאָזיציע פֿון הערבערט מאַרקוזע, װאָס איז הײַנט באַקאַנט װי אַ גײַסטלעכער פֿאָטער פֿון דער ראַדיקאַלער לינקער באַװעגונג אין די 1960ער יאָרן. אָבער להיפּוך צו זײַנע אַנטי־ציוניסטישע חסידים, איז מאַרקוזע געװען טאַקע אַ שטיצער פֿון דער ייִדישער מדינה. פֿאַר אים איז דאָס געװען דער בעסטער מיטל צו פֿאַרטײדיקן ייִדן פֿון רדיפֿות און חורבן. װי אַ סאָציאַליסט, האָט ער אױך געגלױבט אין אַ מין „סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע‟ פֿון דער ייִדישער און אַראַבישער מלוכה, אָבער דאָס איז געװען מער אַ חלום װי אַ פּראַקטישער ציל. דערבײַ האָט מאַרקוזע ניט געהאַט קײן אינטערעס אין דער ייִדישער קולטור. ער האָט געשטיצט ישׂראל דער עיקר װי אַ לינקער הומאַניסט.

אין תּוך גענומען, זײַנען די פֿראַנקפֿורטער חכמים פֿאַרבליבן דײַטשישע ייִדן. אינטעלעקטועל און קולטורעל זײַנען זײ אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען דאָס דײַטשישע ייִדנטום האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן זוכן נײַע װעגן פֿון צונױפֿשמעלצן ייִדנטום מיט דײַטשנטום. פּראַקטיש האָט זיך פֿון דעם אױסגעלאָזט אַ בױדעם, אָבער די דאָזיקע טעאָרעטישע חקירות האָבן באַרײַכערט סײַ די ייִדישע סײַ די מערבֿדיקע קולטור. און די פֿיר שטימען, װאָס פּראָפֿעסאָר דזשײקאָבס האָט אונדז געלאָזט קלאָר הערן אין זײַן בוך, פֿאַרבלײַבן אַקטועל פֿאַרן הײַנטיקן טאָג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.