אַ נײַ ייִדיש ליד בײַ די בעלזער חסידים

A New Yiddish Song From the Belzer Hasidim

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 09, 2016, issue of October 26, 2016.

דאָס זינגען וועגן די אייגענע צרות — און בפֿרט וועגן געלט־צרות — איז אַוודאי אַ באַקאַנטע טעמע אין ייִדישן ליד.

ס׳איז לעצטנס אַרויס אויף „יו־טוב‟ אַ ווידעאָ פֿון אַזאַ ליד, אויף ייִדיש, בײַ די בעלזער חסידים. אין דעם פֿאַל הערט מען פֿון די זינגערס משה דאַמען און הערשל ראָטענבערג, ווי זיי טרעטן אויף אויף אַ וועטשערע אינעם „מרכּז רבֿ חסד“ אין אַנטווערפּן, כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער אָרטיקער צדקה־אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די נויט־באַדערפֿטיקע.

מע הערט אינעם ליד וועגן דעם ווי דער באַנק וועט אויפֿמאָנען די חובֿות, מע וועט אָפּשטעלן די עלעקטרע און דאָס וואַסער, און ווי דער „רבֿ חסד“ וועט זיי העלפֿן. ס׳איז זייער פּראָפֿעסיאָנעל געזונגען מיט אַ גאַנצן אַנסאַמבל מוזיקאַלישע אינסטרומענטן. נישט קלאָר ווער ס׳האָט געשריבן דאָס ליד, אָבער משה דאַמען איז דער זון פֿון ירמיה דאַמען, אויך אַ זינגער פֿון דער בעלזער קהילה, און מע קען אָנלײַן געפֿינען אַנדערע רעקאָרדירונגען פֿון די דאַמענס ווי זיי טרעטן אויף אין איינעם.

די בעלזער חסידים שטאַמען פֿונעם שטעטל בעלז אין מערבֿ־אוקראַיִנע, לעבן דעם פּוילישן גרענעץ. דער בעלזער הויף איז געגרינדעט געוואָרן אינעם פֿריִען 19טן יאָרהונדערט פֿון הרבֿ שלום רוקח, באַקאַנט ווי דער „שׂר שלום“. עטלעכע דורות רביים האָבן נאָך דעם אָנגעפֿירט מיט דער וואַקסנדיקער בעלזער חסידות. דער סאַמע לעצטער בעלזער רבי אין אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ר׳ אַהרן רוקח, האָט זיך געפֿונען אויף דער נאַצישער רשימה, „שטאַרק געזוכטע“ ייִדן. האָט ער אין 1943 באַוויזן, מיט דער הילף פֿון אַן אונגערישן גענעראַל־מאַיאָר (דער אונגערישער קאָנטעראויסשפּיר איז דעמאָלט געווען פֿרײַנדלעך צו די ייִדן), און אין איינעם מיט זײַן האַלבן ברודער ר׳ מרדכי, זיך אַרויסצושמוגלען — אָפּגעשוירענע און פֿאַרשטעלטע ווי רוסישע גענעראַלן — קיין בודאַפּעשט. פֿון דאָרטן זענען זיי, מיט פֿאָנדן געשיקטע פֿון בעלזער חסידים אין פּאַלעסטינע, אַרויסגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע און ווידער געפּרוּווט אויפֿשטעלן אַ בעלזער הויף אין תּל־אָבֿיבֿ.

ס׳רובֿ פֿון די בעלזער חסידים זענען אומגעקומען אינעם חורבן, אָבער די פֿאַרבליבענע האָבן נאָך דער מלחמה ווידער אויפֿגעבויט די דינאַסטיע, מיט אַ ריזיקער און רײַכער בעלזער שיל אין ירושלים, טאַקע די גרעסטע שיל אין גאַנץ ישׂראל. הײַנט זענען די בעלזער חסידים צווישן די גרעסטע חסידישע סעקטעס אין ישׂראל, און געפֿינען זיך אויך אין קהילות אין ענגלאַנד, ברוקלין, אַנטווערפּן, ציריך און מאָנטרעאָל.