דער ייִדישער האַרלעם שטייט אויף תּחית־המתים

Harlem's New Jewish Renaissance

אַ קאָמונאַלע וועטשערע בעת דער עפֿענונג פֿונעם נײַעם „דזשיי־סי־סי‟ אין האַרלעם, דעם 17טן אויגוסט 2016
Angelica Ciccone
אַ קאָמונאַלע וועטשערע בעת דער עפֿענונג פֿונעם נײַעם „דזשיי־סי־סי‟ אין האַרלעם, דעם 17טן אויגוסט 2016

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published October 11, 2016, issue of October 26, 2016.

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז די געגנט האַרלעם, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון־מאַנהעטן (ניו־יאָרק) — באַקאַנט דער וועלט ווי אַ צענטער פֿון אַפֿראָאַמעריקאַנער קולטור — האָט מיט הונדערט יאָר צוריק דווקא געשפּרודלט מיט ייִדן און אַן אײַנגעוואָרצלט ייִדיש לעבן.

אין 1917 האָבן אין האַרלעם געוווינט אַזש 175,000 ייִדן. מיט דער צײַט אָבער זענען זיי זיך צעפֿאָרן אין אַלע עקן ראַיאָן, צו בעסערע געגנטן און אַ העכערן שטאַנד.

הײַנט אָבער געפֿינט מען ווידער ייִדן אין דער האַרלעמער געגנט. אין די לעצטע יאָרן האָבן זיך אָנגעהויבן אַרײַנציִען אַ סך ייִנגערע ייִדן וואָס זוכן וואָלוועלע דירות. און אַז מע האָט ייִדן, דאַרף מען אויך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. האָט זיך דעם זומער טאַקע געעפֿנט דער „דזשיי־סי־סי־האַרלעם“ („דזשיי־סי־סי“ איז דער ענגלישער ראָשי־תּיבֿות פֿון „ייִדישער קאָמונאַלער צענטער“) וואָס פֿאַרנעמט 6,000 קוואַדראַטפֿוס און וועט דורכפֿירן פֿאַרשידענע ייִדישע און אָרטיקע קהילה־פּראָגראַמען.

די צאָל נײַע ייִדישע האַרלעם־אײַנוווינערס וואַקסט אַזש פֿון טאָג צו טאָג און, לויט אַן אַנאַליז פֿון דער „ניו־יאָרק־טײַמס“, איז די באַפֿעלקערונג שוין אין 2008 באַשטאַנען פֿון נאָר 40 פּראָצענט שוואַרצע.

למשל, די ראַבינערטע לאָרי פֿיליפּס האָט פֿריִער געוווינט אויפֿן מאַנהעטענער אָפּער־וועסט־סײַד. ווען איר דירה־געלט איז מיט אַ מאָל אַרויפֿגעשאָסן, האָט זי נישט געוואָלט אויסוואָרצלען די משפּחה, האָט זי זיך אַרומגעקוקט און באַמערקט אַז אין האַרלעם שפּרודלט אַ פֿאַרשידן־מיניקע קולטור, מיט צוטריטלעכע פּרײַזן און גרויסע דירות. איצט וווינט זי מיט איר מאַן, שטיפֿזון און הונט אין אַ הויז פֿון ברוינשטיין, מיט אַ הינטערהויף, לעבן אַ פּאַרק, אינעם צענטער פֿון דעם היסטאָרישן אַפֿראָאַמעריקאַנער קוואַרטאַל — און זיי האָבן זיך טאַקע פֿאַרליבט אין זייער נײַער היים.

לויט דזשעפֿרי גוראָקס בוך וואָס קומט אַרויס אין גיכן, The Jews of Harlem (די האַרלעמער ייִדן), שאַצט דער מחבר, אַז צווישן 1990 און 2011 איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געוואַקסן פֿון 300 ביז 2,700 נפֿשות, און שוין אין 2011 האָבן ייִדן באַטראָפֿן אַן ערך 20 פּראָצענט פֿון די 13,000 ווײַסע אײַנוווינערס אין האַרלעם.

עס זענען שוין פֿאַראַן עטלעכע אומאָפּהענגיקע מנינים, און אַ ישׂראלישער קאַפֿע. שוין צען יאָר לאַנג געפֿינט זיך דאָ אַ חב״ד־הויז, און אין 2013 האָט מען לאַנסירט אַ העבעריִש־שפּראַכיקע טשאַרטערשול.

גוראָק, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, גיט איבער אַז „דאָס וואָס די ייִדן האָבן זיך אומגעקערט קיין האַרלעם איז אַ טייל פֿון דער שטאָט־גענטריפֿיקאַציע, פּונקט ווי יונגע ייִדן האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין נײַע געגנטן איבער גאָר דער שטאָט. מע קען אין אָוונט שפּאַצירן אויף דער 125סטער גאַס און זען פֿאַרשידענע קאַפֿעען, באַרס און רעסטאָראַנען. האַרלעם איז אַ קאַפּעלע הינטערשטעליק [וואָס שייך דער גענטריפֿיקאַציע], אָבער סע וואַקסט ווי אויף הייוון“.

דעם חודש, מיטן עפֿענען דעם „דזשיי־סי־סי־האַרלעם“, זעט זיך שטאַרקער אָן דער ייִדישער שפּור אין געגנט. דער צענטער — מיט אַ גרויסן אַטריום, קלאַסצימערן און אַ קליינער זאַל — צילעוועט צו דינען ווי אַ טרעפֿאָרט פֿאַר אַ צאָל אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס, סײַ ייִדישע סײַ נישט־ייִדישע, ווי אויך שטיצן דאָס ייִדישע לעבן אין ראַיאָן.

די ראַבינערטע דזשוי לעוויט, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם „דזשיי־סי־סי־מאַנהעטן“, גיט צו פֿאַרשטיין, אַז „ייִדן וווינען דאָ, וואָס ווילן מסתּמה פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון ייִדישע יום־טובֿים און זיך באַקענען מיט אַנדערע, און פֿאַרשטיין וואָס דאָס זענען ייִדישע ווערטן. דאָס וואָס מע געפֿינט דאָ נישט קיין ייִדישע שילן אָדער אינפֿראַסטרוקטור הייסט לאַוו־דווקא אַז זיי ווילן נישט קיין ייִדיש לעבן“.

לויט גוראָקן איז די אַלטע האַרלעמער ייִדישע געגנט באַשטאַנען סײַ פֿון פֿאַרמעגלעכע ייִדן וואָס האָבן געוווינט אין גרויסע הײַזער, סײַ אָרעמערע משפּחות וואָס האָבן — צוליב די וואַקסנדיקע לעבנס־הוצאָות — זיך געמוזט אַרויסציִען פֿון דער איסט־סײַד. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען די האַרלעמער ייִדן זיך צעפֿאָרן אין נײַ אויפֿגעבויטע געגנטן אין שטאָט, בשעת אַ סך פֿון די שוואַרצע אײַנוווינערס זענען, צוליב אַ ראַסן־פּאָליטיק מצד גרונטמעקלערס, פֿאַרבליבן אין האַרלעם.

די הײַנטיקע האַרלעמער ייִדן באַשרײַבן זיך אַליין ווי אַ וואַקסנדיקער מיש־מאַש פֿון יונגע משפּחות מיט פֿאַרשיידענע צוגאַנגען צום גלויבן און רעליגיעזע אַפֿיליאַציעס. סטיווען ווײַס, וואָס זײַן משפּחה האָט פֿריִער געוווינט אין אַנדערע מאַנהעטענער ייִדישע ראַיאָנען — וואַשינגטאָן־הײַטס און דער איסט־סײַד — און האָט זיך אין 2013 אַריבערגעקליבן אין האַרלעם, זאָגט אַז די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג איז אַ גאַנץ ראַנדאָמאַלע. „די גרענעצן [צווישן די פֿאַרשידענע באַפֿעלקערונגען] ווערן אָפּגעווישט. אַזוינס זעט מען אין קלענערע שטעטלעך, וווּ מענטשן קומען אויס איינס מיטן צווייטן ווײַל מע קען נישט אויסקלײַבן גוטע־פֿרײַנד בלויז אויפֿן סמך פֿון אידעאָלאָגישע און רעליגיעזע ענלעכקייטן“.

ווײַס איז אַ מיטגליד פֿונעם האַרלעמער מנין, אַן אומאָפּהענגיקע עגאַליטאַרישע תּפֿילה־גרופּע וואָס טרעפֿט זיך איין מאָל אַ חודש צו דאַווענען קבלת־שבת, ווי אויך יום־טובֿים, און דאָ און דאָרט אַ שבת אינדערפֿרי. די ראַבינערטע פֿיליפּס האָט אויך געשאַפֿן „בנינו“, אַ גרופּע וואָס מאַכט ייִדישע איבערלעבונגען מער צוטריטלעך צו ייִדן וואָס האָבן נישט געהאַט קיין ייִדישע בילדונג. „לאַב/שיל“, וואָס באַשרײַבט זיך אַליין ווי אַן „עקספּערימענטאַלע קהילה פֿאַר הייליקע ייִדישע טרעפֿונגען“ האָט שוין אָנגעפֿירט מיט אַ דאַוון־גרופּע אין האַרלעם און אויך אַ פֿאַר־ראָש־השנה־דאַווענען פֿאַר אַכט טאָגן זונטיק אינעם „דזשיי־סי־סי־האַרלעם“.

„איך מיין אַז די וואָס ציִען זיך קיין האַרלעם זוכן עפּעס אַ ביסל אַנדערשס ווי אין ברוקלין צי מאַנהעטן“, האַלט נעמי לעס, די אַסאָציִיִרטער דירעקטאָר פֿון „לאַב/שיל“. „יעדער געגט האָט זיך זײַן אייגענעם טעם… האָבן מיר טאַקע אַנטדעקט אַז אין האַרלעם זענען מענטשן גרייט צו קומען און זיך באַטייליקן און אַפֿילו צו העלפֿן עס אָרגאַניזירן“.

דער „דזשיי־סי־סי־האַרלעם“ פּלאַנירט מיטצואַרבעטן און צושטעלן אָרט ייִדישע גרופּעס, אָבער עפֿנט אויך אויף די טירן דער שוואַרצער קהילה. מע האַלט איצט פֿאַרשידענע שמועסן מיט שוואַרצע אײַנוווינערס און מע פּלאַנירט צו מוטיקן ייִדישע וואָלונטירן מיטצואַרבעטן מיט קהילה־גרופּעס.

איין קרעמער, אַלווען לי סמאָלס, איז אַן אַפֿראָאַמעריקאַנער וואָס באַקט שוין צימערינג־ראָגעלעך זינט די 1960ער יאָרן, און פֿאַרקויפֿט זיי אין אַ קרעמל אויף דער זעלבער גאַס ווי דער „דזשיי־סי־סי“. כאָטש ער האָפֿט צו פֿאַרשפּרייטן זײַן פּראָדוקט אויך צווישן די אײַנגייערס אינעם צענטער דאגהט ער זיך אויך וועגן דער ווײַטערדיקער גענטריפֿיקאַציע, אַז סע וועט אַרויסשטופּן לאַנגאָניקע שוואַרצע אײַנוווינערס פֿון האַרלעם. דערווײַל זעט ער נישט קיין שפּאַנונג צווישן די האַרלעמער אַפֿראָאַמעריקאַנער און ייִדן.

אַן אַנדער רעסטאָראַטאָר, סיוואַן באַראָן, זאָגט אַז פֿאַרקערט, די באַציִונגען צווישן די גרופּעס ווערט אַלץ בעסער. באַראָן, אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, איז דער באַלעבאָס פֿונעם ישׂראלישן קאַפֿע סילוואַנאַ — וווּ מע פֿאַרקויפֿט אַלע מינים האַנטווערק פֿון איבער גאָר דער וועלט — און פֿאַרמאָגט אויך אַ פֿראַנצייזישן רעסטאָראַן און אַ מוזיק־געשעפֿט. זי גיט צו אַז לכתּחילה האָט זי דערשפּירט אַ געוויסן אַנטאַגאָניזם בײַם אַרײַנציִען זיך אין געגנט, אָבער איצט האָבן די אײַנוווינערס זיך שוין צוגעוווינט צו דער זיך בײַטנדיקער דעמאָגראַפֿיק. „געוויסע פֿלעגן טאַקע זאָגן ׳פֿאָר צוריק אַהין פֿון וואַנען דו שטאַמסט׳. הײַנט נעמט מען אַלעמען אויף. כ׳האָב אַ סך שוואַרצע שכנים, און זיי קומען אַפֿילו אַרײַן אין סילוואַנאַ“.

נישט־געקוקט אויף איר הצלחהדיקן געשעפֿט וועט באַראָן אָבער אין גיכן פֿאַרלאָזן די געגנט. וצוליב דעם וואָס דאָס דירה־געלט האַלט אין איין וואַקסן, וועט זי מיט איר מאַן זיך אַריבערציִען אין אַ הויז אין בראָנקס.