פּרשת האזינו, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Haazinu, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 13, 2016, issue of October 26, 2016.

די הײַנטיקע פּרשה שיידט זיך סטיליסטיש אונטער פֿון אַלע אַנדערע סדרות אין דער תּורה. פֿאַר זײַן פּטירה, האָט משה רבינו געזאָגט זײַן לעצטע שירה, וואָס האָט אַ באַזונדערס פּאָעטישן און מיסטעריעזן טעם.

די אַנדערע צוויי בפֿירוש פּאָעטישע פֿראַגמענטן אינעם חומש, די „שירת־הים‟ אין פּרשת־בשלח, און די קורצע „שירת־הבאר‟ אין פּרשת־חוקת זענען אָנגעשריבן אין אַ גרינגער שפּראַך. דערצו, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר לויב־געזאַנגען פֿאַר די ניסים, וואָס זענען שוין געשען; אין פֿאַרגלײַך, שטעלט מיט זיך פֿאָר די גאַנצע הײַנטיקע פּרשה, אַחוץ דעם „נאָכוואָרט‟ בײַם סוף, אַ טיפֿע נבֿיאיש־משיחישע פּאָעמע. כּדי אונטערצושטרײַכן איר אוניקאַלן כאַראַקטער, ווערט די „שירת־האזינו‟ פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה אויף אַ ספּעציפֿישן אופֿן, שורותווײַז אין צוויי לאַנגע שפּאַלטן.

אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט משה רבינוס לעצטע שירה ווי אַ זאַלמונג פֿון היפּש נעגאַטיווע טאַדל־ווערטער. די פּאָעמע הייבט זיך אָן פּאָזיטיוו, אָבער ווײַטער זאָגט אונדזער נבֿיא פֿאָרויס, אַז נאָך זײַן פּטירה וועלן ייִדן אָנהייבן דינען עבֿודה־זרה, פֿאַרגעסן פֿונעם אייבערשטן, זיך פֿירן ווי טיפּשים, און לײַדן דערפֿאַר פֿון פֿאַרשיידענע צרות. אַפֿילו דער גליקלעכער משיחישער סוף האָט אַ היפּוכדיקן נעגאַטיוון טעם: „ונקם ישיבֿ לצריו וכפּר אַדמתו עמו‟ — ווען משיח וועט קומען, וועט דער באַשעפֿער זיך נוקם זײַן אין די שׂונאי־ישׂראל און פֿאַרגיסן זייער בלוט, אַזוי ווי יענע האָבן פֿאַרגאָסן דאָס ייִדישע בלוט.

אין אַ טייל פֿאַלן, לאָזט זיך די שירה אָפּגעטײַטש ווערן אויף היפּוכדיקע אופֿנים, לגבי די ייִדן אָדער לגבי זייערע שׂונאים. אַזוי צי אַזוי, פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס האָט דער סאַמע פּאָעטישער פֿראַגמענט אין דער גאַנצער תּורה אַזאַ נעגאַטיוון טעם? אין דער לעצטער סדרה, „וזאת הברכה‟, וואָס מיר וועלן לייענען שׂימחת־תּורה, שליסט זיך די תּורה מיט אַ לאַנגער ריי שיינע ברכות פֿאַר יעדן ייִדישן שבֿט. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע פּאָעמע איז אַ מין „טראַגישער פּרעלוד‟ צום פּאָזיטיוון שלוס. פֿונדעסטוועגן, הגם „וזאת הברכה‟ האָט אויך אַ פּאָעטישן טעם, ווערט זי נישט באַטראַכט ווי אַ שירה. עס באַקומט זיך, אַז די „קולמינאַציע‟ פֿון תּורה־פּאָעזיע באַשטייט אין אַ גרויסער טייל פֿון אַזעלכע אויסדרוקן ווי „חמת־תּנינם יינם‟ — אַז ייִדן וועלן טרינקען „ווײַן‟ פֿון צרות ביטער ווי דער סם פֿון שלאַנגען.

ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען די פּרשיות אַלעמאָל פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן סײַ פֿון דער פֿאַרגאַנגענער, סײַ פֿון דער קומענדיקער וואָך. ס׳איז מערקווירדיק, אַז מיר לייענען אונדזער סדרה נאָך יום־כּיפּור, ווען מיר זאָגן אַ סך פּיוטים, וואָס דערמאָנען דעם מיסטעריעזן סטיל און דער טאַדל־טעם פֿון משה רבינוס שירה. כּדי צוצוקומען צו דער שׂימחה פֿון די סוכּות־טעג, מוזן מיר זיך קודם „הרגענען‟ בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה. דאָס דאַוונען אַ גאַנצן טאָג, זיך דערמאָנענדיק כּסדר די טעמעס פֿון טויט אויף קידוש־השם, שרעקלעכע אַנטיסעמיטישע רציחות און רדיפֿות, כּלערליי ביטערע גזירות, דערמעגלעכן צו עפֿענען די טיר פֿון דער גײַסטיקער מדרגה, ווען אונדזערע געוועזענע עבֿירות קאָנען, צוליב דער עבֿודת־התּשובֿה, זיך פֿאַרוואַנדלען אין זכותים, און פֿינצטערניש — אין אַ קוואַל פֿון ליכטיקייט.

סוף־כּל־סוף, איז עס דאָך אַ פֿאַקט, אַז אַלע צרות און קללות, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער תּורה, זענען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים שוין געשען במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע — צומאָל אויף אַזעלכע שרעקלעכע אופֿנים, וואָס מיר וואָלטן אַפֿילו נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן פֿון פֿריִער, לייענענדיק די הײַנטיקע סדרה. דער דאָזיקער טייל פֿון משה רבינוס נבֿואות איז זיכער מקוים געוואָרן און ממילא קאָנען מיר גלייבן, אַז דאָס נײַע יאָר וועט אונדז באַגליקן בלויז מיט גוטע בשׂורות.

רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער דערקלערט אין זײַן קלאַסישן ספֿר „קדושת לוי‟, אַז פֿאַר זײַן פּטירה האָט משה רבינו אויף אַ ווײַל פֿאַרלוירן זײַן מדרגה פֿון „אַספּקלריא המאירה‟, די פֿעיִקייט פֿון אַנטפּלעקן די נבֿואות מיט קלאָרע ווערטער. דערפֿאַר האָט ער געזאָגט זײַן שירה אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן, וואָס דערמאָנט אינעם סטיל פֿון די שפּעטערדיקע נבֿיאים. דער ספֿר־יהושע איז שפּעטער אָנגעשריבן געוואָרן דווקא אין אַ קלאָרן און פּשוטן סטיל, ווײַל אין אַ געוויסער מאָס איז משה רבינוס חכמה אַריבערגעגאַנגען צו זײַן תּלמיד און ממשיך, יהושע בן נון.

ווי באַלד משה רבינו איז געווען אַ געטלעכער מענטש, וועלכער ווערן אָנגערופֿן „בעלה דמטרוניתא‟, דער „מאַן‟ פֿון דער הייליקער שכינה אַליין, קאָן זײַן אַראָפּגאַנג אויף אַן אַנדער מדרגה פֿון נבֿואה נישט באַטראַכט ווערן ווי אַ נפֿילה אינעם בוכשטעבלעכן זין. על־פּי קבלה, האָט משה רבינו לכתּחילה מקבל געווען די תּורה אין אַ העכערער פֿאָרעם, מיט טיפֿע סודות אַנטפּלעקט. נאָכן חטא מיטן גאָלדענעם קעלבל, האָט ער צעבראָכן די ערשטע לוחות און האָט געמוזט זיי באַקומען אויף אַ צווייטן אופֿן, כּדי צו אַנטפּלעקן די תּורה אין אַ מער „ערדישער‟ פֿאָרעם, צוטריטלעך אַפֿילו פֿאַר די פֿאַרגרעבטע מענטשן, וואָס האָבן זיך דערטראַכט צו פֿאַרוואַנדלען אַ שטיק גאָלד אין אַן אָפּגאָט. אין אונדזער פּרשה פֿילט זיך אָבער דווקא דער מיסטעריעזער טעם פֿון די תּורה־סודות, וואָס וועלן אַנטפּלעקט ווערן אין משיחס צײַטן.

רבי לוי־יצחק דערמאָנט אונדז אין זײַן פּירוש צו אונדזער פּרשה, אַז דער באַשעפֿער האָט געשיקט ייִדן אין גלות, כּדי זיי זאָלן מקרבֿ זײַן די גרים — סײַ אינעם בוכשטעבלעכן, סײַ אינעם אינערלעכן זין. אַפֿילו אין די פֿינצטערסטע צײַטן, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך געגעבן אַן עצה צו אַנטפּלעקן און „פֿאַרייִדישן‟ פֿינקעלעך פֿון קדושה, וואָס זענען געווען באַהאַלטן אין דער אַרומיקער אומפֿרײַנדלעכער וועלט. אַדרבה, אונדזער סדרה לייענט זיך ווי אַ „סאַגע‟ וועגן דעם פּראָצעס פֿון די דאָזיקע בהדרגהדיקע אַנטפּלעקונגען — בירורי־נצוצות — וואָס וועלן צוגעבן מער שׂימחה בעת דער קומענדיקער גאולה.

דער קומענדיקער יום־טובֿ, סוכּות, אילוסטרירט גוט דעם דאָזיקן ענין. בעצם, איז די סוכּה אַן אומבאַקווע וווינונג, וואָס מוז שטיין אונטערן אָפֿענעם הימל און באַדעקט ווערן מיט ברעכיקע נאַטור־מאַטעריאַלן. אַ סך באַקאַנטע צדיקים זענען געגעסן און געשלאָפֿן אין דער סוכּה אַפֿילו אונטער דעם שטאַרקסטן רעגן. אַזוי טוט מען לויטן ליובאַוויטשער מינהג, הגם הײַנט רוען זיך די הײַנטיקע חב״דניקעס אָפּ דווקא אין שטוב; זיי האַלטן, אַז די סוכּה איז צו הייליק צום שלאָפֿן אין איר.

פֿון דער צווייטער זײַט, דערמעגלעכט דאָס זיצן אין דער סוכּה זיך אינגאַנצן „אײַנטוקן‟ אין דער מיצווה. דער סכך ווערט אָנגערופֿן אין קבלה „צלא דמהימנותא‟ — „דער שאָטן פֿון אמונה‟.

נישט געקוקט אויפֿן „גלותדיקן‟ און שאָטנדיקן טעם פֿון דער דאָזיקער צײַטווײַליקער געצעלט־וווינונג, אָפֿן צו אַלע ווינטן און רעגנס, באַקומט זיך אין דער סוכּה דווקא אַ באַקוועמע אַטמאָספֿער פֿון שׂימחה און קדושה. אין פֿאַרגלײַך מיטן אינגאַנצן אָפֿענעם הימל, דערשפּירן מיר די מיסטעריע פֿון די ווײַטע שטערן, וואָס מע קאָן קוים זען דורך די סכך־בלעטער. אַזוי ווי משה רבינוס ליד אין דער הײַנטיקער פּרשה, גיט אונדז די סוכּה צו פֿאַרשטיין און דערפֿילן, ווי אין דער נע־ונדישער „גלותדיקער‟ נאַטור פֿון דער אַרומיקער גשמיותדיקער וועלט אַנטפּלעקן זיך די באַהאַלטענע הימלישע פֿינקעלעך פֿונעם געטלעכן ליכט.