חול־המועד סוכּות, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Chol ha-Moed Succos, 5777

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 20, 2016, issue of October 26, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נישט צופֿעליק האָבן די מענטשן אַמאָל פֿאָרגעשטעלט דעם הימל גופֿא ווי אַ מין גרויסע סוכּה. דער אימאַזש פֿונעם געטלעכן הימל־געצעלט טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אינעם תּנ״ך און אין די מאמרי־חז״ל. די נידעריקסטע הימלישע רקיע הייסט „ווילון‟ — דער פֿאָרהאַנג, וואָס הענגט איבער אונדזערע קעפּ. אַחוץ דעם רײַכן מעטאַפֿיזישן באַדײַט פֿונעם דאָזיקן סימבאָל, קאָן מען אָפּטײַטשן אַזאַ אימאַזש בהסכּם מיט דער הײַנטצײַטיקער וויסנשאַפֿט. אַזוי ווי אַ סוכּה, אַ צײַטווײַליק וווינונג־אָרט אינמיטן דער ווילדער נאַטור, דרייט זיך די ערד, צוגעדעקט מיט דער געדיכטער אַטמאָספֿער, אינעם קאַלטן אומפֿרײַנדלעכן קאָסמאָס. עס באַקומט זיך, אַז איבער אונדזערע מענטשלעכע סוכּהלעך שפּרייט זיך אַרויס דער ריזיקער „סכך‟, וואָס היט אָפּ די לעבעדיקע סבֿיבֿה אויפֿן גאַנצן פּלאַנעט.

אין זײַן קלאַסישן ספֿר „מאור ושמש‟, דערקלערט דער גרויסער חסידישער צדיק און דענקער רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַז ברוחניות זענען אויך פֿאַראַן עטלעכע „געצעלטן‟, פֿאַרשיידענע מדרגות אין עבֿודת־השם. דערפֿאַר ווערט דער יום־טובֿ אָנגערופֿן דווקא „סוכּות‟, אין מערצאָל. ווען אַ תּלמיד־חכם לעבט על־פּי הלכה און שטרעבט משׂיג צו זײַן די גאַנצע תּורה, קאָן זיך אים אויסדאַכטן, אַז ס׳איז מער נישטאָ וואָס צו טאָן אין דער וועלט. אין דער אמתן, הייבט זיך אָן איבערן „סכך‟ פֿון דער דאָזיקער עבֿודה די גרויסע וועלט פֿון מידות־טובֿות. אַדרבה, אויב מע איגנאָרירט די דאָזיקע וועלט, קאָן מען אַרײַנפֿאַלן אין אַ גרויסן טעות. עס טרעפֿט זיך אַמאָל, אַז אַ תּלמיד־חכם, וואָס מיינט, אַז ער ווייסט דורך און דורך כּל־התּורה־כּולה פֿירט זיך אויף לאַוו־דווקא ווי אַ סימפּאַטישער און מאָראַלישער מענטש.

ווען מע דערגרייכט דעם „סכך‟ פֿון עבֿודת־המידות, עפֿנט זיך דער גרויסער „קאָסמאָס‟ פֿון העכערער דבֿקותדיקער עבֿודות, העכער ווי די געוויינטלעכע כּללים און נאָרמאַטיווע הלכות. כּל־זמן מע דערגרייכט נישט די דאָזיקע מדרגה, בלײַבט אין דער עבֿודת־השם אַ חסרון. פֿון דער צווייטער זײַט, אַזוי ווי אינעם בײַשפּיל מיטן פֿיזישן קאָסמאָס, מוז מען זײַן זייער פֿאָרזיכטיק בעת דעם רוחניותדיקן „פֿלי‟ מחוץ די גרענעצן פֿון די געוויינטלעכע נאָרמעס. אָן דער ספּעציעלער אויסשטאַטונג און צעגרייטונג, קאָן מען אין קאָסמאָס פֿאַרפֿרוירן, דערשטיקט אָדער פֿאַרברענט ווערן. דער ריבניצער רבי, חיים־זאַנוויל אַבראַמאָוויטש זצ״ל, פֿלעגט דאַוונען שחרית אין אָוונט און מעריבֿ בײַטאָג; צומאָל האָט ער געפֿילט, אַז אין זײַן שיל געפֿינען זיך נשמות, וואָס מע מעג מצרף זײַן ווי געהיימע מתפּללים אין אַ מנין. אויב אַ פּשוטער מענטש, וועלכער האָט נאָך נישט דערגרייכט דעם „סכך‟ פֿון די געוויינטלעכע הלכות און גוטע מידות, וועט פּרוּוון זיך פֿירן אויף אַן ענלעכן אופֿן, קאָן ער אָנהייבן טאָן גראָבע עבֿירות, מיינענדיק, אַז ער איז שוין אַן עכטער „אַסטראָנויט‟ און מעג אַרומפֿליִען וווּ ער וויל אינעם גײַסטיקן קאָסמאָס.

פֿונדעסטוועגן, באַמערקט דער „מאור ושמש‟, דאַרף מען געדענקען, אַז דער מענטשלעכער דרך צום אייבערשטן איז נישט באַגרענעצט בלויז מיט פֿיקסירטע נאָרמעס און מידות־טובֿות. אין אַ געוויסער מאָס קאָנען מיר דאָס דערפֿילן דעם לעצטן טעג פֿונעם יום־טובֿדיקן סעזאָן — שׂימחת־תּורה. אין אַ טייל קהילות שיכּורט זיך דער עולם אָן בײַ די הקפֿות. אין מער ניכטערע ערטער טאַנצט מען משוגע־ווילד. אַזוי צי אַזוי, איז אין די הקפֿות, בפֿרט בײַ די חסידים, פֿאַראַן אַ בפֿירושער עלעמענט פֿון כאַאָס און ספּאָנטאַנקייט. אין די זיבן טעג פֿונעם חג־הסוכּות זאַמלען מיר אונדזער גײַסטיקע „גערעטעניש‟, וואָס גיט צו מער „ווילדקייט‟ צו די שׂימחת־תּורהדיקע טענץ.