די אינטערעסאַנטע סתּירה פֿון אַנ־סקיס „דיבוק‟

The Fascinating Contradiction of An-sky's "Dybbuk"

ד״ר יניבֿ גאָלדבערג
ד״ר ענת אדרת
ד״ר יניבֿ גאָלדבערג

פֿון בני מער

Published October 23, 2016, issue of October 26, 2016.

נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר יניבֿ גאָלדבערג, פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט, אָנגעהויבן לערנען אַ קורס וועגן דעם דיבוק אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ טעמע וואָס ער האָט געפֿאָרשט שוין אין זײַן דאָקטער־אַרבעט.

דערצו, צוזאַמען מיט די תּלמידים וועלן זיי גיין דאָס יאָר אין די שפּורן פֿון די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון ש. אַנ־סקי, און צום סוף יאָר פּלאַנירן זיי צו באַזוכן די זעלבע ערטער וואָס אַנ־סקי האָט באַזוכט מיט הונדערט יאָר צוריק. אָבער מיר וועלן אָנהייבן דעם שמועס פֿון סאַמע אָנהייב.


דיבוקים זײַנען אַ באַקאַנטער און אַ באַליבטער מאָטיוו אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור. אָבער די ערשטע דיבוקים זײַנען דווקא ספֿרדישע, ריכטיק?

אמת. דער ערשטער דיבוק וואָס מיר קענען איז פֿון יאָר 1545. עס האָט פּאַסירט אין צפֿת, און ר׳ יוסף קאַרו, דער גרויסער פּוסק און מחבר פֿונעם „שולחן ערוך‟, איז געווען דער ערשטער דיבוק־פֿאַרטרײַבער. ער איז געשטאַנען „צווישן צוויי וועלטן‟, פּונקט אַזוי ווי דער טיטל פֿון אַנ־סקיס שפּעטערדיקער דראַמע: פֿון איין זײַט האָט ער געלעבט אין אַ מיסטיש־קבלישער וועלט, און פֿון דער צווייטער איז ער געווען אַ הלכה־מענטש. רמזים פֿון זײַן קבלישן גלויבן קאָן מען געפֿינען אויך אינעם „שולחן ערוך‟. למשל, סעקסועלע ענינים, און בפֿרט — אַרויסלאָזן זרע לבֿטלה, וואָס ר׳ יוסף קאַרו האָט געזען ווי דער גרעסטער חטא, כאָטש מדרבנן איז עס דווקא נישט פֿאַרווערט.

אָבער לויט דער קבלה האָט יעדע נשמה אירע אויפֿגאַבעס אויף דער וועלט, און דאָס וואָס זי האָט נישט באַוויזן צו טאָן — מוז איר גילגול פֿאַרריכטן. ווען די אַלע נשמות וועלן פֿאַרריכטן זייערע קלקולים — דעמאָלט וועט קומען די גאולה. דער וואָס לאָזט אַרויס אַ זרע לבֿטלה פֿאַרמײַדט פֿון אַ נשמה איר תּיקון און דערצו פֿאַרהאַלט ער די גאולה. צווישן די וואָס זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע און האָבן באַגערט די גאולה, האָט עס אויסגעזען ווי דער ערגסטער חטא. נישט אומזיסט האָבן אַ סך פֿון די דיבוקים צו טאָן מיט סעקסועלע עבֿירות. די גאַנצע טערמינאָלאָגיע איז דאָך אַ סעקסועלע: „דער דיבוק איז אַרײַן אין גוף פֿון אַ בתולה‟.

שדים וואָס קריכן אַרײַן אין מענטשן ווערן דערמאָנט שוין אין דער גמרא, און אויך אין קריסטנטום און איסלאַם, אָבער אַ דיבוק איז עפּעס אַנדערש: אין דעם פֿאַל, דאַרף מען נישט נאָר פֿאַרטרײַבן אַ שד, צי אַ דיבוק, נאָר אויך פֿאַרריכטן זײַן נשמה, כּדי ער זאָל ניט מער מתגלגל זײַן. אין אָנהייב געפֿינט מען אַזאַ מין גירוש אין די ערטער וווּ עס זײַנען אַהינגעקומען די וואָס זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע. אין אַשכּנז זײַנען דיבוקים פֿאַראַן זינט דעם 17טן יאָרהונדערט, און בפֿרט נאָך די גרויסע נאַציאָנאַלע טראַומעס ווי שבתי צבֿי און די בלוט־בלבולים. פֿון דעמאָלט אָן זעט מען די קבלישע השפּעות אויך אין אַשכּנז. דיבוקים זײַנען געוואָרן אַ פּאָפּולערער מיטל צו באַהערשן דאָס פֿאָלק און צוריקברענגען עס אין די דל״ת אמות פֿון הלכה. אויב דער רבֿ קאָן פֿאַרטרײַבן אַ דיבוק איז עס אַ סימן אַז ער האָט אַ שליטה אַפֿילו אויף די מתים. דער דיבוק אַליין איז אַ באַוואָרעניש: אַ זינדיקער קאָן חלילה ווערן אַ דיבוק.

וואָס זײַנען די באַציִונגען צווישן דעם דיבוק און דעם קראַנקן — דער גוף וואָס דער דיבוק איז אין אים אַרײַן?

מיינסטן טייל האָבן די קראַנקע געקאָנט די דיבוקים. דער גאַנצער ענין פֿון דיבוק איז דאָך, אייגנטלעך, אַן אויטאָסוגעסטיע [דער טעכניק וואָס ווערט באַניצט בײַם היפּנאָטיזירן אַ מענטשן]. דער פֿאַרטרײַבער האָט אָנגעוויזן דעם קראַנקן די ענטפֿערס וואָס ער האָט געוואָלט הערן. ער זאָגט דעם דיבוק, למשל: דו ביסט אַ שד. זאָגט ער: ניין… און אַזוי הייבט זיך אָן אַ מין פֿאַרהאַנדלונג, וואָס קאָן זײַן זייער ברוטאַל. שאָק־טעראַפּיע — אַ שרעקלעכע צערעמאָניע מיט געשרייען, שופֿרות, פֿײַער אאַז”וו — קאָן העלפֿן אין אַ פֿאַל פון דיסאָציאַטיווע אידענטיטעט שטערונג, און דערפֿאַר זײַנען אַ סך באַהאַנדלונגען געווען אַזוי געראָטן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.