בוכאַרער ייִדן פֿון צענטראַל־אַזיע בליִען אין אויסלאַנד

Central Asia's Bukharian Jews Thrive in Exile

אַ בוכאַרישע ייִדישע פֿרוי ברענגט אַ מאכל וואָס זי האָט צוגעגרייט צו אַ בוכאַרער אונטערנעמונג אין קרית־גת, ישׂראל, דעם 3טן נאָוועמבער 2014
Courtesy of Bukharim.com
אַ בוכאַרישע ייִדישע פֿרוי ברענגט אַ מאכל וואָס זי האָט צוגעגרייט צו אַ בוכאַרער אונטערנעמונג אין קרית־גת, ישׂראל, דעם 3טן נאָוועמבער 2014

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published October 20, 2016, issue of October 26, 2016.

די בוכאַרישע ייִדישע קהילה ציט איר לאַנגע יניקה נאָך פֿונעם פֿופֿצעטן יאָרהונדערט אָן.

ביז די 1990ער יאָרן האָבן שוין ס׳רובֿ פֿון די בערך 100,000 ייִדן פֿאַרלאָזט צענטראַל־אַזיע, און זענען הײַנט צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט. די גרעסטע קהילות זייערע געפֿינען זיך אין ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, עסטרײַך און מאָסקווע. אין אוזבעקיסטאַן גופֿא, וווּ דער גרעסטער טייל פֿון דער קהילה האָט געוווינט אין די הויפּטשטעט טאַשקענט, סאַמאַרקאַנד און בוכאַרע — לעבן הײַנט סך־הכּל אַרום 3,000 בוכאַרישע ייִדן. די אוזבעקישע ייִדן, וואָס האָבן אַ גאָר אַנדערע געשיכטע ווי די אַשכּנזישע ייִדישע קהילות, זענען עד־היום זייער אַן ענג געקניפּטע קהילה.

למשל, ווען מיכאַיִל דאַווידאָוו, וואָס האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין ניו־יאָרק מיט זעקס יאָר צוריק, האָט נישט געהאַט גענוג געלט אויף אַ היפּאָטעק פֿאַר אַ 900,000־דאָלאַרדיק הויז אין קווינס, נ״י, איז ער נישט אַרײַן אין אַ באַנק, נאָר האָט געבאָרגט געלט, אָן פּראָצענט, פֿון זײַן פֿאַרצווײַגטער בוכאַרישער משפּחה. די קהילה איז באַקאַנט פֿאַרן גוט פֿאַרדינען און אויפֿהיטן די אייגענע מינהגים, אַפֿילו לאַנג נאָך דעם וואָס ס׳רובֿ זענען זיך צעפֿאָרן אין אַלע עקן וועלט.

„באַנקען זענען פֿאַר די אַשכּנזים“, זאָגט דאַווידאָוו. „אַז איך וועל האָבן אויסגעצאָלט די הלוואָות דער משפּחה וועל איך אַליין אויך אויסלײַען געלט מײַנעם אַ קרובֿ. אַזוי זענען מיר מצליח.‟

אַזאַ מין גמילת־חסד איז גאָר טיפּיש בײַ די בוכאַרישע ייִדן, וואָס זייערע אָבֿות האָבן געוווינט אין פֿאַרשידענע היימלענדער — אוזבעקיסטאַן, טאַדזשיקיסטאַן, טורקמעניסטאַן, קירגיזסטאַן און אַפֿגאַניסטאַן — און האָבן פֿאַרלאָזט יענע מקומות נאָכן צעפֿאַלן זיך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די יחיד־במינודיקע מינהגים און טראַדיציעס לעבן הײַנט אָבער ווײַטער, איבער הויפּט בײַם עלטערן דור. אַ מאָל זענען די בוכאַרישע ייִדן געווען פֿירערס פֿון שניט־סחורה און דער פֿאַרב־אינדוסטריע, און האָבן געהאַנדלט לענגאויס דעם זײַדענעם וועג, וואָס האָט דעמאָלט פֿאַרבונדן אייראָפּע מיט אַזיע. דער אָ האַנדלוועג האָט אויסגעשטעלט די בוכאַרישע סוחרים צו אינטערנאַציאָנאַלע האַנדל־פּרינציפּן, ווי אויך אַנדערע קולטורן און פּערספּעקטיוון. דאָס האָט צוגעהאָלפֿן דערצו, אַז דער האַנדל זאָל זיי ליגן אין בלוט און די קהילה זאָל זיך צעבליִען.

אין ווין האָבן הײַנט די בוכאַרישע ייִדן די ממשלה איבער דער כּשרות־ און ליוועראַנטן־אינדוסטריעס. אין ישׂראל דאָמינירן זיי אויפֿן פֿעלד פֿון דימענטן.

אין אוזבעקיסטאַן, אָבער, וווּ די קהילה עלטערט זיך פֿון טאָג צו טאָג, קען מען הײַנט קוים צונויפֿנעמען אַ מנין ייִדן אין איינער פֿון די צוויי פֿאַרבליבענע שילן. די פֿרויען פֿלעגן אַ מאָל זיצן אין באַלקאָן, אָבער הײַנט איז זיי שווער זיך אַרויפֿצושלעפּן די טרעפּ, זיצן זיי שוין אונטן. די איינציקע זאַך וואָס וואַקסט בײַ זיי איז די צאָל מצבֿות אינעם אָרטיקן בית־עולם.

„נישטאָ דאָ קיין צוקונפֿט,“ באַדויערט שירין יאַקובאָוו, אַ 33־יאָריקע מאַמע פֿון דרײַ קינדער. זי געפֿינט זיך צווישן די פֿאַרבליבענע 150 ייִדן אין בוכאַרע. זי מיט איר מאַן אַרסען פּלאַנירן עולה צו זײַן באַלד ווי זײַנע עלטערע טאַטע־מאַמע וועלן מסכּים זײַן מיטצופֿאָרן. די אײַנגעזעסענע ייִדישע לערנשול האָט הײַנט צווישן די תּלמידים נאָר עטלעכע ייִדישע קינדער.

כאָטש די אַלטע קהילה אין צענטראַל־אַזיע וועט אין גיכן אויסגיין, שפּרודלט זי יאָ אין אַנדערע עקן וועלט. בוכאַרישע אימיגראַנטן אין די מערבֿדיקע לענדער האָבן אויפֿגעבויט נײַע בוכאַרישע שילן און אינסטיטוציעס, וווּ די מיטגלידער צייכענען זיך אויס מיט זייער רײַכקייט, רחבֿות און איבערגעגעבנקייט צו דער קהילה. אין ישׂראל, למשל, האָט לעוו לעוויעוו — אַ דימענט־מאַגנאַט אַ ביליאָנער — שוין אויסגעגעבן מיליאָנען דאָלאַרן אויף אינסטיטוציעס וואָס זאָלן אויפֿהאַלטן די בוכאַריש־ייִדישע קולטור, סע זאָל זיך חלילה נישט צעפֿאַלן מחוץ דעם היימלאַנד. לעוויעוו שטיצט מיינסטנס בוכאַרישע לערנשולן, למשל, די ייִדישע שול א״נ אור אַבֿנר, אין קווינס, נ״י. די טירן פֿון דער שול האָט מען געעפֿנט אין 2002 און דאָ קענען יונגע בוכאַרישע ייִדן זיך לערנען וועגן זייער קולטור־ירושה און אפֿשר אַפֿילו זיך באַקענען מיט זייער באַשערטן צי באַשערטער. אַ דאַנק לעוויעווס שטיץ געפֿינען זיך הײַנט אין אַמעריקע עטלעכע צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט די רוסיש־שפּראַכיקע וואָכן־צײַטונג Bukharian Times Weekly. אַ מוזיי אָפּגעגעבן דער בוכאַרישע־ייִדישער קולטור האָט מען אויך אויפֿגעשטעלט אין קווינס, וואָס דאָס קען מען אַפֿילו אין דער אַלטער היים נישט געפֿינען.

דער ישׂראלדיקער ביליאָנער לעוו לעוויעוו איז איינער פֿון די באַרימטסטע בוכאַרער ייִדן. דאָ שרײַבט ער (אין מיטן) אַן אות אין אַ ספֿר־תּורה. רעכטס: הרבֿ אליהו יעקבֿ. לינקס: דער געוועזענער שוץ־מיניסטער משה יעלון; ירושלים, דעם 23סטן מאַרץ 2014
Israel Barddougo/World Congress of Bukhara Jews
דער ישׂראלדיקער ביליאָנער לעוו לעוויעוו איז איינער פֿון די באַרימטסטע בוכאַרער ייִדן. דאָ שרײַבט ער (אין מיטן) אַן אות אין אַ ספֿר־תּורה. רעכטס: הרבֿ אליהו יעקבֿ. לינקס: דער געוועזענער שוץ־מיניסטער משה יעלון; ירושלים, דעם 23סטן מאַרץ 2014

אין די לערנשולן לייגט מען דעם טראָפּ אויף די אייגנאַרטיקע מינהגים, שפּראַך און קולטור. אַ סך פֿון די בוכאַרישע ייִדן רעדן בוכאַריש, אַ דיאַלעקט פֿון דער טאַדזשיקיש־פּערסישער שפּראַך. איין משל פֿון דער קהילהס אַ מינהג? בײַם פּסח־סדר גיסט זיך יעדעס פּאָרפֿאָלק איינס דעם צווייטן אָן אַלע פֿיר כּוסות און דערבײַ גיט מען איבער איינער דעם אַנדערן פֿאַרשידענע ווינטשעוואַניעס. אַ צווייטער בײַשפּיל: אום יום־טובֿ טראָגן מענער דעם טראַדיציאָנעלן „דזשומאַ“, אַ גאָלד־פֿעדעמדיקן, קאָליריקן ראָק ענלעך צו אַ קימאָנאָ.

די בוכאַרישע קהילה האָט לכתּחילה געוווינט איזאָלירט פֿון אַנדערע ייִדן, אונטער אַ מוסולמענישער ממשלה וואָס האָט אַרויפֿגעלייגט ספּעציעלע שטײַערן אויף די ייִדן, פֿאַרווערט זיי צו רײַטן אויף פֿערד, און געהייסן זיי טראָגן אַ לאַטע אויף די קליידער. אָט די דעקרעטן האָבן פֿאַרשטאַרקט דאָס געפֿיל פֿון פֿאַראייניקונג צווישן די בוכאַרישע ייִדן. שפּעטער, אונטערן רוסישן קייסער, האָט די קהילה זיך צעבליט אין אַ גאָלדענער תּקופֿה פֿון האַנדל. אונטער די באָלשעוויקעס, כאָטש מע האָט נאַציאָנאַליזירט אַ סך פֿון די געשעפֿטן, האָט די קהילה אין דער זעלבער צײַט אַ סך ווייניקער געליטן פֿון אַנטירעליגיעזע און אַנטיסעמיטישע רדיפֿות ווי ס׳האָבן עס די אייראָפּעיִשע ייִדן. מ׳האָט חתונה געהאַט צווישן זיך, און זיך ווייניק אַסימילירט.

בײַם הײַנטיקן טאָג, אָבער, קען מען — נישט אין ישׂראל און נישט אין די מערבֿדיקע לענדער, וווּ מע לעבט זיך גוט — זיך אויסהיטן פֿונעם חתונה האָבן מיט נישט־בוכאַרישע ייִדן. מיט דער צײַט וועט זייער קולטור במילא זיך „אַסימילירן“ אין דער מערבֿדיקער קולטור.