דאָנאַלד טראַמפּ — דער פֿאַלשער משיח

Donald Trump, the False Messiah

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 21, 2016, issue of October 26, 2016.

מיר ייִדן האָבן אַדורכגעמאַכט אַ לאַנגע ריי פֿאַלשע משיחים, צווישן זיי — די גוט באַקאַנטע „אויסלייזער‟, שבתי צבֿי און יעקבֿ פֿראַנק. יעדער איינער פֿון זיי האָט צוגעזאָגט זייערע אויסגעהונגערטע ייִדישע מאַסן גאָלדענע גליקן: אויסלײזונג פֿונעם שווערן יאָך פֿון לעבן צווישן די שׂונאי ישׂראל, און בלויז דער דערלייזער, משיח בן דוד, וועט זיי ברענגען שלום ושלווה, און דער עיקר — שיבֿת ציון. מיט איין אויסנאַם, יעדער איינער פֿון די צוויי משיחישע פֿאַצעטן זײַנען געווען סטאַטעטשנע אחינו בני ישׂראל, נישט באַנוצט זיך מיט קיין ניבֿול־פּה וואָרט, מיט קיין כוליגאַנסקע שטיק און מיט קיין בלאַטע און אויסגעלאַסענע רייד — און פֿאָרט פֿאַרפֿירט און פֿאָרט פֿאַרראַטן.

וואָס איז צום שטוינען הײַנט צו טאָג איז, װיפֿל מענטשן גלײבן אינעם נײַעם פֿאַלשן משיח דאָנאַלד טראַמפּ, וואָס זאָגט צו אויסצולייזן אַמעריקע; צוריקברענגען דאָס גאָלד אויף „וואָל־סטריט‟; מאַכן אַמעריקע ווידער מעכטיק; פֿאַרזיכערט צו ראַטעווען אונדז פֿון דער פֿאַרשאָלטענער קאָרופּציע, גנבֿה און גזילה; פֿאַרבעסערן די אומשטענדן צווישן דעם אומיושרדיקן חילוק צווישן אָרעם און רײַך, צווישן ווײַס און שוואַרץ, צווישן שפּאַניש־רעדנדיקע און די בירגער פֿון די אַזיאַטישע לענדער, וואָס ווילן זיך נישט אויסמישן אויף אַן אַנשטענדיקן אופֿן אינעם שמעלץ־טאָפּ פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור. ער, און נישט קיין אַנדערער, וועט דאָס אַלץ באַווײַזן מיט דער הילף פֿון דער „אַוועי מאַריאַ‟. 

דער עיקר איז, דאָנאַלד איז אַ ספּעץ אין אַגיטירן אןן פּראָוואָצירן זײַן עולם נאָכפֿאָלגער וואָס זײַנען גרייט מיט אים מיטצוגיין אַהין וווּ די וועלט האָט אַן עק, אַהין וווּ די גראַטשקע איז גרויס, אַהין פֿון וואַנען מ׳קומט צוריק מיט אַ צעריסן העמד און אַ ליידיק בײַטל.

דער מיליאָנערסקער, טעלעוויזיע שטערן איז שטאַרק פֿאַרקאָכט אין זעלבסט־פֿאַרגעטערונג און אײַנגלייביקע ליבע צו זיך, כאָטש הענג זיך אויף אויפֿן „טראַמפּ טורעם‟ און נעם אים דינען ווי אַן אָפּגאָט. 

אינעם קלאַסיש בוך „דאָן קיכאָט‟, שרײַבט מיגועל דע סערוואַנטיס וועגן אַן אידעאַליסט וואָס וויל אויסלייזן און ראַטעווען די וועלט פֿון אַכזריות און דעקאַדענץ. אָבער אַנשטאָט צו פֿאַרמאָגן אַ קלאָרן שׂכל־הישר, באָרעט ער זיך מיט די ווינטמילן פֿון דער וועלט און ווערט באַצײכנט ווי אַ בטלן, אַ נאַיִווער פֿאַנטאַזיאָר, אָבער נישט ווי קיין פֿאַלשער משיח. 

אין אונדזער פֿאַל קומט טראַמפּ צו רײַטן נישט אויף קײן ווײַס אײַזעלע, נאָר אויף אַ טראַמפּ דזשעט־עראָפּלאַן, אויף אַ טראַמפּ העליקאַפּטער, אַנקערט זײַן טראַמפּ יאַכטע אויפֿן ברעג ים, דער עולם זאָל פֿאַרכליניעט ווערן און שטרעבן צו די זעלבע רײַכטימער.

ער זוכט תּמיד עמעצן צו באַשולדיקן אין דעם וואָס אַמעריקע האָט אָנגעוווירן איר גלײַכגעוויכט און וואַקלט זיך צווישן אמת און שקר, צווישן רשעות און גוטסקייט, צווישן שׂינאה און פֿאַרשטאַנד, צווישן שלום און קריג, צווישן באַרבאַריזם און מענטשלעכקייט, צווישן ברוטאַלער צעשטערונג און הומאַניזם.

זעט אויס אַז זינט די וועלט שטייט האָט די חיה אין אונדז געפֿירט די גרענדע. און מיר, די אומשולדיקע קרבנות, ווייסן צומאָל נישט ווי זיך צו ווערן אַנטקעגן אַזאַ אַסאַד צי פּוטין, שוין אָפּגערעדט פֿון דער רעשט פֿון די צעיושעטע מנובֿלים וואָס חלומען פֿון פֿאַרכאַפּן נאָך און נאָך, אָבער אַלץ וואָס ס׳וועט זיי בלײַבן דערפֿון איז נישט מער ווי די זיבן אײַלן ערד.

און וואָס וויל טראַמפּ? ער הייבט דאָך נישט אָן צו פֿאַרשטיין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך און פֿון וואַנען זײַנע פֿיס וואַקסן. ער האָט דאָך שוין אַלץ; וואָס נאָך וויל ער? אַלע זײַנע טראַמפּ־הײַזער זײַנען נישט גענוג פֿאַר אים, ער איז אַ זולל־וסובֿא, ער לאַשטשעט זיך דווקא אויפֿן ווײַסן הויז ווי אַ „ריעל־עסטייט‟ מאַנערווע, ווי פֿון דאָרטן וועט קומען זײַן ישועה. 

טראַמפּעלע קרוין! ביסט אַ מיאוסער פֿלאָקן־שיסער, האָסט גאָרנישט צו פֿאַרקויפֿן און גאָרנישט צו געניסן. ווי זאָגסטו אַליין: „אַפֿילו ווען איך שטיי אויף דער פֿיפֿטער עוועניו און שיס עמעצן אַוועק אויף טויט, וועט מען מיך װײַטער ליב האָבן!‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.