פֿאַר וואָס לאַכט מען אָפּ פֿון שטום־לשון־איבערזעצערס?

Why the Mockery of Sign Language Interpreters?

דער גובערנאַטאָר פֿון דרום־קאַראָלײַנע, ניקי הײלי, מיטן שטום־לשון־איבערזעצער, דזשײסאָן הורדיק
YouTube
דער גובערנאַטאָר פֿון דרום־קאַראָלײַנע, ניקי הײלי, מיטן שטום־לשון־איבערזעצער, דזשײסאָן הורדיק

פֿון איציק בלימאַן

Published October 21, 2016, issue of October 26, 2016.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן זענען די הוראַגאַנען, צום גרױסן באַדױערן, געװאָרן אַלץ גרעסער און ערגער — אײן רעזולטאַט פֿון דער גלאָבאַלער דערװאַרעמונג. דער קאָלאָסאַלער הוראַגאַן „מעטיו“, למשל, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן סוף־סעפּטעמבער און געדויערט מער ווי אַ וואָך לאַנג, האָט אומגעבראַכט הונדערטער מענטשן אין האַיִטי און פֿאַרפֿלײצט גאַנצע שטעט און שטעטלעך אין די דרום־מיזרחדיקע שטאַטן.

מיר זענען שױן צוגעװױנט צו די נײַעס־קאָנפֿערענצן, אױף װעלכע עס רעדן די גובערנאַטאָרן און בירגער־מײַסטערס װעגן די נײטיקע עװאַקויִר־פּלענער װאָס זענען חל אין זײערע קאַנטן. אַ סך פֿון אונדז געדענקען נאָך די קאָנפֿערענצן, װאָס דער ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער מײַקל בלומבערג און גובערנאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי קריס קריסטי האָבן געהאַלטן כּמעט יעדן טאָג פֿאַר דעם גרױסן שטורעם „סענדי“ אין אָקטאָבער 2012.

צום טײל געדענקט מען די טעלעװיזיע־קאָנפֿערענצן — ספּעציעל אין די שטאַטן אױסער ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי — צוליב די „קאָמישע“ איבערזעצערס, װאָס האָבן גלײַכצײַטיק איבערגעזעצט בלומבערגס און קריסטיס װערטער אױף שטום־לשון. די װאָס רעדן נאָר אױף גערעדטע שפּראַכן און קענען נישט קײן טױבע, זעען זײער זעלטן װי מע רעדט אױף שטום־לשון. זײ פֿאַרשטײען נישט, למשל, אַז כּדי צו קאָמוניקירן גראַמאַטיש אױף אַמעריקאַנער שטום־לשון (פֿאַקטיש, אױף אַלע שטומע לשונות) דאַרף מען זיך אױסדריקן מיטן פּנים. דער אונטערשײד צװישן „דו רעדסט ייִדיש“ (װי אַ דערצײלזאַץ) און „(דו) רעדסט ייִדיש?“ (װי אַ יאָ/נײן־פֿראַגע) װענדט זיך נאָר אין דעם, צי מע הײבט די ברעמען. אױב מע איז נישט צוגעװױנט צו זען װי מע רעדט אױף אַמעריקאַנער שטום־לשון, קען מען מײנען, אַז דאָס לשון איז מער אױסדריקלעך װי די גערעדטע לשונות… אָדער אַז דער װאָס זעצט איבער „שפּילט אױס זײַן ראָלע“ אַ ביסל צו פֿיל. דאָס אַלץ שטאַמט פֿון קרומע השׂגות װעגן שטום־לשון, און בײדע אױספֿירן זענען פֿאַלש לכל־הדעות.

לידיאַ קעליס, די איבערזעצערין װאָס האָט געאַרבעט מיטן בירגער־מײַסטער בלומבערג בעתן הוראַגאַן „סענדי“, האָט מען באַשריבן װי אַ „װיראַלע“ סענסאַציע אױף „טװיטער“ און „יוטיוב“. די קאָמעדיע־פּראָגראַם „Saturday Night Live“ האָט אַפֿילו חוזק געמאַכט פֿון איר. צוליב דעם טאַרעראַם איבער אירע איבערזעצונגען האָט קעליס זיך אָפּגעזאָגט פֿון איר פּאָסטן װי דעם בירגער־מײַסטערס איבערזעצער, און פֿירט איצט אָן מיט אַן אײגענער איבערזעץ־אַגענץ. (אַגבֿ, לידיאַ קעליס קען זיך אױסדריקן פֿרײַ אױף אַמעריקאַנער שטום־לשון װײַל אירע זײדע־באָבע, טאַטע־מאַמע און שװעסטער־ברידער זענען אַלע טױב, און אַמעריקאַנער שטום־לשון איז בײַ זײ געװען די שטובשפּראַך. הײסט עס, אַפֿילו אײדער זי איז געװאָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערין האָט זי איר גאַנץ לעבן איבערגעזעצט פֿאַר אירע קרובֿים.)

אין אָקטאָבער 2014, װען דער נײַער בירגער־מײַסטער ביל דע בלאַזיאָ האָט גערעדט װעגן דער עבאָלאַ־קרענק, און אין יאַנואַר 2015, װען ער האָט אָנגעזאָגט די ניו־יאָרקער אײַנװױנערס װעגן אַ קומעדיקן שנײשטורעם, האָט זיך צװײ מאָל איבערגעחזרט די זעלבע געשיכטע. דער דעמאָלטיקער איבערזעצער, יונתן לאַמבערטאָן, איז געװאָרן אַ סענסאַציע אױף דער אינטערנעץ צוליב זײַן „אױסדריקלעך שטום־לשון“. די ניו־יאָרקער צײַטונג „Daily News“ האָט אַפֿילו צונױפֿגעשטעלט אַ װידעאָ־מאָנטאַזש פֿון לאַמבערטאָנס „קאָמישסטע מאָמענטן“! 

אין קאָנטראַסט מיט לידיאַ קעליס איז יונתן לאַמבערטאָן אַלײן אַ טױבער. שטעלט זיך די פֿראַגע: װי אַזױ קען ער איבערזעצן דעם בירגער־מײַסטער, אױב ער קען אים אַליין נישט הערן? אַ צװײטער מענטש (אָפֿט מאָל לאַמבערטאָנס װײַב) זיצט אין דער ערשטער רײ, און זעצט איבער דעם בירגער־מײַסטערס רײד אױף שטום־לשון. דערנאָכדעם פֿאַרטײַטשט לאַמבערטאָן דעם איבערזעצערס װערטער אױף זײַן אײגענער שפּראַך. אַזאַ סיסטעם (ד”ה, אָנשטעלן טױבע, זײ זאָלן איבערזעצן די שפּראַך פֿון אַ צװײטן איבערזעצער) איז געװאָרן זײער פֿאַרשפּרײט אין אַ סך שטאַטן, צוליב עטלעכע סיבות: אַזױ װי דער טױבער איבערזעצער קען דאָס אַמעריקאַנער שטום־לשון װי זײַן ערשטע שפּראַך, מיט אַלע זײַנע ניואַנסן, קען ער איבערגעבן די זעלבע אינפֿאָרמאַציע אױף אַ נאַטירלעכער שפּראַך, װאָס דער טױבער עולם װעט גרינגער קענען פֿאַרשטײן.

װען איך האָב געװאָלט דערגײן װיפֿל מענטשן מע האָט עװאַקויִרט פֿון די דרום־מיזרחדיקע שטאַטן איבערן הוראַגאַן „מעטיו“ האָב איך באַלד דערזען, אַז מע מאַכט װידער חוזק פֿון די איבערזעצערס — סײַ פֿון די הערנדיקע, סײַ פֿון די טױבע. אָט זעט מען װי דזשײסאָן הורדיק זעצט איבער דעם גובערנאַטאָר פֿון דרום־קאַראָלײַנע, ניקי הײלי. די װאָס קענען ענגליש מעגן אַ קװעטש טאָן אױפֿן „יוטיוב“־קנעפּל און לײענען די פּראָסטע קאָמענטאַרן, װאָס טײל באַניצערס האָבן אָנגעשריבן װעגן הורדיקן:

איך האָף אַז מיט דער צײַט װעט דער ענגליש־רעדנדיקער עולם פֿאַרשטײן, אַז דער שטום־לשון־איבערזעצער איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שפּראַכקענער, נישט חלילה קײן אַקטיאָר אָדער קאָמעדיאַנט װאָס „שפּילט אױס“ די ידיעות װעגן די שטורעמס. דאָס עם־הארצות לגבי שטום־לשון איז אין־לשער, און מע דאַרף עס באַקעמפֿן װיפֿל מע קען — פּונקט אַזױ װי מיר ייִדישיסטן טראָגן דאָס אַחריות צו פֿאַרטײדיקן אונדזער אײגן ייִדיש לשון װען אַנדערע לאַכן אָפּ פֿון אים.