בילדער: סוכּות אין לאָדזשער געטאָ

Photos: Sukkos in the Lodz Ghetto

די „אַרבע־מינים‟ אין לאָדזשער געטאָ
Shem Olam Institute
די „אַרבע־מינים‟ אין לאָדזשער געטאָ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 21, 2016, issue of October 26, 2016.

אין די לעצטע 15 יאָר האָבן זיך אָנגעהויבן באַווײַזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדן בשעתן חורבן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ נײַעם בליק אויפֿן לעבן אין יענע גרויליקע יאָרן. פֿון וואַנען זענען געקומען אָט די בילדער? זייער אָפֿט איז עס פֿון די משפּחות פֿון דײַטשישע סאָלדאַטן, וואָס ווילן ניט ווײַטער האַלטן קיין שפּורן פֿון דעם, וואָס זייערע עלטערן האָבן געטאָן.

אַנשטאָט פּשוט אַוועקצוּוואַרפֿן די פֿאָטאָגראַפֿיעס שענקען זיי די בילדער אַ פּוילישן גוי, דאַריוש דעקיערט, וואָס גיט זיי דערנאָך איבער אַ ישׂראלדיקן חורבן־אינסטיטוט „שם עולם‟. דעקיערט, וואָס איז איבערגעגעבן מיט לײַב־און־לעבן דעם קאָנסערווירן די ייִדישע געשיכטע אין פּוילן, האָט שטודירט ייִדיש, העברעיִש און אַרמיש, כּדי צו פֿאַרשטיין די אַלטע ייִדישע דאָקומענטן. זײַן סאַמע־וויכטיקסטע אַרבעט איז אפֿשר אָבער דווקא דאָס ראַטעווען די חורבן־פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס וואָלטן אַנדערש פֿאַרלוירן געגאַנגען.

צווישן די רירנדיקע בילדער וואָס דעקיערט האָט געהאָלפֿן ראַטעווען איז אַ בילד, אין וועלכן אַ גרופּע ייִדישע קינדער געבן דעם נאַצישן סאַלוט; פּאָזירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, אין וועלכן ייִדן אין טליתים ווערן געצוווּנגען צו בוקן פֿאַר נאַצישע אָפֿיצירן, און אַ בילד פֿון אַ לוויה פֿון אַ ייִדיש קינד. אַ סך פֿאָטאָס ווײַזן סצענעס פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין געטאָ, ווי למשל, פֿרויען וואָס נייען זאָקן, און מענער וואָס וואַשן די גאַסן. פֿון די בילדער באַקומט מען זייער אַן אַנדער געפֿיל פֿון יענע יאָרן, ווי פֿון די מער באַקאַנטע חורבן־בילדער פֿון מתים, קאָנצענטראַציע־לאַגערן און מאַסן־מאָרדן. אין געוויסע בילדער זעט מען ווי די ייִדן רעדן פֿרײַנדלעך מיט די דײַטשן וואָס זענען נאָר וואָס אַרײַנגעקומען אין זייער שטעטל, ניט וויסנדיק, אַז די זעלביקע סאָלדאַטן וועלן זיי באַלד דערהרגענען.

ספּעציעל וויכטיק פֿאַרן אינסטיטוט „עולם שם‟ זענען די בילדער וואָס ווײַזן ווי די ייִדן פּראַווען די ייִדישע יום־טובֿים אין געטאָ. צווישן די רירנדיקע בילדער פֿון דעם סאָרט זענען אַ סעריע אין וועלכער אַ גרופּע ייִדן האַלטן די „אַרבע־מינים‟ אום סוכּות 1941 אין לאָדזשער געטאָ. מרדכי חיים רומקאָווסקי, דער טרויעריק־באַרימטער שעף פֿונעם אָרטיקן „יודענראַט‟ האָט געגעבן אַ פּאָר מענער דערלויבעניש צו פֿאָרן אין וואַרשער געטאָ, כּדי צו פּרובירן צו געפֿינען אַן אתרוג. קיינער ווייסט ניט הײַנט פֿון וואַנען זיי האָבן סוף־כּל־סוף באַקומען דעם אתרוג אָבער מע ווייסט פֿון די בילדער, אַז ס׳איז זיי יאָ געלונגען צו געפֿינען די „אַרבע־מינים‟ און אויפֿצושטעלן אַ סוכּה.

רומקאָווסקי האָט געגעבן ספּעציעלע דערלויבעניש אויפֿצושטעלן די סוכּה מיט האָלץ ווי עס באַדאַרף צו זײַן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז דעמאָלט געווען אַ דוחק אין האָלץ אויפֿצוהייצן די הײַזער. אַפֿילו דאָס ביסעלע האָלץ וואָס מע האָט גענוצט אויפֿצושטעלן אַן איין־איינציקע סוכּה האָט געמיינט, אַז עטלעכע משפּחות האָבן ניט געהאַט מיט וואָס צו באַהייצן זייער הויז.