טויבן, ווײַסע און גרויע

Pigeons, Both White and Gray

טויבן אויף דער וואַנט־מאָזאַיִק פֿון דער אוראַלטער „מעון־שיל‟ אין ארץ־ישׂראל
טויבן אויף דער וואַנט־מאָזאַיִק פֿון דער אוראַלטער „מעון־שיל‟ אין ארץ־ישׂראל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 02, 2016, issue of November 23, 2016.

ווי אַ המשך צו מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן דער נעגאַטיווער באַציִונג צו די קעץ און אַנדערע ווילדע חיות אין די הײַנטיקע פֿרומע קהילות, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ פֿאַרקערטן פֿענאָמען: די אַמעריקאַנער שׂינאה צו די גרויע גאַסן־טויבן. הגם די פֿרומע ייִדן אין אַמעריקע זענען אויך, אין אַ געוויסער מאָס, אָנגעשטעקט געוואָרן מיט דער דאָזיקער פֿאָביע, בלײַבן די טויבן רעלאַטיוו פּאָפּולער אין די חרדישע קרײַזן.

צווישן אַלע באַשעפֿענישן, וואָס פֿיגורירן כּסדר אין די סוכּה־באַצירונגען און אינעם תּנ״ך, זענען זיי די איינציקע, וואָס טרעפֿן זיך אויף יעדן שריט און טריט. דערצו, זענען זיי דאָך פֿרידלעכע כּשרע פֿייגעלעך. די פֿרומע קינדער האָבן נישט קיין מורא פֿאַר די ווילדע טײַבעלעך, הגם זיי ווערן אָפֿט אַסאָציִיִרט אין אַמעריקע מיט שמוץ און אָנגערופֿן „הימל־ראַצן‟.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חג־הסוכּות, שמועסנדיק בײַ דער סעודה מיט רוסיש־שפּראַכיקע ליובאַוויטשער חבֿרים, האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן קולטורעלן חילוק צווישן די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זייערע אַמעריקאַנער־דערצויגענע קינדער. ווען די טויבן באַווײַזן זיך לעבן דער סוכּה אָדער פֿליִען אַרײַן, רופֿן זיי נישט אַרויס קיין קעגן־געפֿיל בײַ די אימיגראַנטן; אַדרבה, אַ טייל פֿון זיי ווילן צוציִען די פֿייגעלעך און געבן זיי קרישקעס חלה. להיפּוך צו די טאַטע־מאַמעס, מאַכן די קינדער פֿאַרמיגלטע פּנימער און באַקלאָגן זיך, אַז זיי האָבן פֿײַנט די שמוציקע „פּידזשינס‟.

אין דעם פֿאַל, איז עס דווקא אַן אַמעריקאַנער השפּעה. די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע בכלל און אַשכּנזישע ייִדן בפֿרט באַציִען זיך טראַדיציאָנעל מיט דרך־ארץ צו די גרויע גאַס־טויבן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט קיין אַמעריקע פֿון אייראָפּע, ווי אַ מין „אומלעגאַלע אימיגראַנטן‟. אין רוסיש, ייִדיש, פּויליש און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן איז נישט באַקאַנט דער ספּעציפֿישער חילוק צווישן doves און pigeons. בלויז אין ענגליש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש און אַ קליינער צאָל אַנדערע לשונות איז יאָ פֿאַראַן אַזאַ אונטערשייד.

טויבן אין האַרלעם
Dawn Matveev
טויבן אין האַרלעם

די וואָך לייענען מיר די פּרשה אין דער תּורה, וווּ די טויב באַווײַזט זיך צום ערשטן מאָל אין תּנ״ך און פֿירט אויס אַ וויכטיקע ראָלע, ברענגענדיק נחן אַן אייבערט־בלעטל ווי אַ סימן, אַז דער מבול האָט זיך פֿאַרענדיקט. דער דאָזיקער סימן איז באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט ווי אַ סימבאָל פֿון שלום. בײַ די קריסטן רופֿט די טויב אַרויס אַ באַזונדערע קאָנאָטאַציע, ווײַל אינעם „נײַעם טעסטאַמענט‟ סימבאָליזירט זי דעם רוח־קודש. צוליב דעם, באַציִען זיך די קריסטלעכע אַמעריקאַנער אויך מיט אַ געוויסן דרך־ארץ צום ווײַסן dove. דער גרויער pigeon ווערט אָבער, נעבעך, ווײַטער דיסקרימינירט.

אין דער פּראַוואָסלאַוונער קריסטלעכער טראַדיציע איז פֿאַראַן אַ רײַכער פֿאָלקלאָר וועגן פֿאַרשיידענע מענטשן, באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, וואָס האָבן יעדן טאָג באַזאָרגט די טײַבעלעך מיט עסן, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע סגולות און מופֿתים, וואָס האָבן צו טאָן מיט די דאָזיקע פֿייגעלעך. אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן טויבן־פֿאָלקלאָר זענען די קריסטלעכע מאָטיוון טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט אוראַלטע סלאַווישע פֿאָלקס־מעשׂיות, לויט וועלכע די נשמות פֿון טויטע פֿאַרוואַנדלען זיך אין טויבן. ווי געזאָגט, איז אין דער רוסישער שפּראַך נישטאָ קיין „פּידזשין‟, דערפֿאַר ווערט דאָס געבן עסן פֿאַר גרויע טויבן אויף דער גאַס אָפֿט באַטראַכט אין רוסלאַנד ווי אַ גרויסע מיצווה. אַדרבה, ווען אין געוויסע באַקאַנטע פּראָוואָסלאַוונע מאָנאַסטירן פֿאַרווערט מען צו שפּײַזן די פֿייגל צוליב היגיענישע סיבות, רופֿן אַזאַ תּקנות צומאָל אַרויס גאַנצע סקאַנדאַלן. די רוסישע ייִדן זענען אויך צוגעוווינט אויף אַן אייגענעם שטייגער צום דאָזיקן מינהג און גיבן נאָך שבת חלה־קרישקעס צו די טויבן.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער קריסטלעכער טויב־סימבאָליזם האָט אַ שײַכות צו דער ייִדישער טראַדיציע. אין שיר־השירים שטייט געשריבן: „אַחותי רעיתי יונתי תּמתי‟ — מײַן שוועסטער, מײַן געליבטע, מײַן טויב, מײַן אומשולדיקע, ווי יהואש זעצט עס איבער אויף ייִדיש. דער דאָזיקער פּסוק דינט ווי אַ יסוד פֿון אַ באַקאַנטן חב״ד־ניגון. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, האָט עס ספּעציעל געהייסן זינגען בײַ חסידישע פֿאַרברענגענס, כּדי אָפּצורייניקן די נשמה פֿונעם שמוץ. עס באַקומט זיך, אַז להיפּוך צום אַמעריקאַנער סטערעאָטיפּ, ווערט די טויב, אַרײַנגערעכנט די גרויע, אַסאָציִיִרט אינעם דאָזיקן פּסוק דווקא מיט ריינקייט.