ווען איך בין אַ ראָטשילד...

If I Were A Rothschild...

די אָריגינעלע פּלאַטע פֿון “פֿילדער אויפֿן דאַך” אויף ייִדיש (רעכטס) און דער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און איבערזעצער שרגא פֿרידמאַן
די אָריגינעלע פּלאַטע פֿון “פֿילדער אויפֿן דאַך” אויף ייִדיש (רעכטס) און דער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און איבערזעצער שרגא פֿרידמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 03, 2016, issue of November 23, 2016.

דער באַקאַנטער מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, באַזירט אויף שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟, איז געווען אַ ריזיקער שלאַגער ניט בלויז אויף „בראָדוויי‟, נאָר אויך איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט.

אין ישׂראל האָט מען לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע אויף העברעיִש אָבער גלײַך נאָך דעם האָט מען געשאַפֿן אַ נוסח אויף ייִדיש מיט אַ סך פֿון די זעלביקע אַקטיאָרן. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ רעקאָרדירונג פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף „יו־טוב‟, וואָס מע האָט גענומען פֿון אַן אַלטער פּלאַטע.

די ווערטער צו שעלדאָן האַרניקס באַליבטע לידער האָט איבערגעזעצט דער גרויסער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און טאַעטער־אימפּרעסאַריאָ שרגא פֿרידמאַן (1924־1970), וואָס האָט אויך געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אינעם צופּאַסן איציק מאַנגערס „מגילה‟־לידער צו דער בינע. אַ געבוירענער אין וואַרשע, איז פֿרידמאַן נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע אַנטלאָפֿן מיט זײַנע עלטערן קיין ווילנע. פֿון ווילנע איז די משפּחה פֿרידמאַן געפֿאָרן במשך פֿון צוויי יאָר דורך אָדעס, מאָסקווע, סטאַמבול און ביירוט ביז זיי האָבן סוף־כּל־סוף דערגרייכט חיפֿה אין 1941.

פֿון 1947 ביז זײַן פֿריצײַטיקן טויט פֿון אַ האַרץ־אַטאַק אין 1970, איז פֿרידמאַן געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אינעם „הבימה‟־טעאַטער. אין דער זעלביקער צײַט האָט ער אויך איבערגעזעצט און צוגעפּאַסט העברעיִשע פּיעסעס פֿאַר דער ייִדישער בינע און ייִדישע פּיעסעס (אַרײַנגערעכנט די ווערק פֿון ש. אַנ־סקי) פֿאַר דער העברעיִשער בינע. ער האָט אויך געשפּילט אין אַ סך פּיעסעס פֿון דער ענגלישער בינע וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף העברעיִש, אַרײַנגערעכנט עטעלעכע פּיעסעס פֿון שייקספּיר און אַרטור מילער.

די פּראָדוצירער פֿונעם ייִדישן „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ האָבן געוואָלט, אַז ער זאָל שפּילן די הויפּטראָלע פֿון טבֿיה אָבער צוליב זײַן קאָנטראַקט מיט „הבימה‟ האָט פֿרידמאַן ניט געקענט שפּילן פֿאַר קיין אַנדערע טעאַטערס. דערצו איז ער פּשוט געווען צו יונג פֿאַר דער ראָלע. אַנשטאָט אים איז שמואל רודענסקי געוואָרן דער „ייִדישער טבֿיה‟. אַ געבוירענער אין סמאָרגאָן אין 1902, איז עס רודענסקי מסתּמא ניט געווען אַזוי שווער צו געדענקען די ווערטער צו די לידער, ווײַל ער האָט שוין געשפּילט די ראָלע פֿון טבֿיה אינעם העברעיִשן נוסח, וואָס איז דעמאָלט געווען צווישן די פּאָפּולערסטע פֿאָרשטעלונגען אין לאַנד. אַחוץ אים האָבן אויך געשפּילט אין דער פּיעסע די אַקטיאָרן עטעלע כּהנא, עטי גראָטעס, ליאַ דוליצקאַיאַ און אַלבערט כּהן.

ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדישן נוסח פֿונעם מיוזיקל, זענען די נעמען פֿון געוויסע לידער אַנדערש פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל. דאָס ליד Tradition (מסורה) איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין „די תּורה‟ און דאָס אַמעריקאַנערIf I Were A Rich Man (ווען איך וואָלט געווען אַ גבֿיר) ווערט „ווען איך בין אַ ראָטשילד‟ אַזוי ווי בײַ שלום־עליכם.