אין וואַרשע און לובלין — אַ ליכטשטראַל איבער די יאָרן

In Warsaw and Lublin, A Ray of Light Across Time

ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע
Max Hockley
ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published November 03, 2016, issue of November 23, 2016.

יעזשע סקאַרזשינסקי האָט אַ האַלבע נאַכט נישט געקענט שלאָפֿן. אױפֿן קומעדיקן טאָג האָט ער זיך געדאַרפֿט טרעפֿן מיט דער טאָכטער און אײניקל פֿון אַ ייִד, װאָס פֿלעגט װױנען אין נאַכאַן (אוכאַניע), דעם דאָרף פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, און ס׳האָט זיך אים געשװינדלט פֿאַר די אױגן.

יעזשע, אָדער יורעק, ווי מע רופֿט אים — אַ פּױלישער קריסט, וואָס וווינט הײַנט אין וואַרשע — האָט זיך נישט אַדורכגערעדט מיט קײן אײן ייִד זינט יענעם טאָג, דעם 10טן יוני 1942, װען די דײַטשן און זײערע אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן צונױפֿגעטריבן 2,025 ייִדן אויפֿן אוכאַנישן מאַרק און זײ פֿאַרשיקט קײן סאָביבאָר, אַ טױטלאַגער אין לובלינער פּראָװינץ.

יורעק האָט געװוּסט, אַז די קרובֿים פֿון זײַן אַמאָליקן ייִדישן שכן, יאַנקל פֿינקעלשטיין, האָבן שטאַרק געװאָלט זיך באַקענען מיט אים. פֿון זײַן זײַט איז ער געװען איבעררראַשט. 74 יאָרן זענען שוין אַוועק זינט דער היטלערישער פֿאַרשיקונג, און ס׳איז אים געװען אַ חידוש װאָס עמעצער האָט בכלל איבערגעלעבט יענע דעפּאָרטאַציע.

אָבער יאַנקל פֿינקעלשטיין האָט עס יאָ איבערגעלעבט און וווינט הײַנט אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי. איך ווייס ווײַל איך בין די טאָכטער וואָס איז געקומען זיך טרעפֿן מיט יורעקן; איך מיט מײַן 28־יאָריקן זון, מאַקס.

די טרעפֿונג בײַ כעלמסקאַ 15 אין װאַרשע איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט. אַחוץ מאַקס מיט מיר, האָב איך אויך מיטגעבראַכט סלאַװאָמיר (סלאַוועק) נאָװאָדװאָרסקי, אַ פּאָלאַק וואָס איז געװאָרן אונדזער איבערזעצער אױף אַ משפּחה־אָפּשטאַם־װיזיט אין לובלין מיט צוויי טעג פֿאַר דעם. איידער איך האָב סלאַװעקן אָנגעקלונגען האָט ער יענעם טאָג שױן געהאַט אַן אַנדער התחײַבֿות, אָבער װען ער איז געװױר געװאָרן, אַז מיר פֿאָרן קײן אוכאַניע, האָט ער שיִער נישט געפּלאַצט פֿאַר פֿרײד.

װיאָלעטאַ װײמאַן — סלאַוועקס קאָלעגע בײַם „גראָדזקאַ גײט צענטער‟, אַ מלוכישע קולטור־אינסטיטוציע אין דער שטאָט לובלין — האָט מיט עטלעכע חדשים פֿריִער געהאַט אינטערװיויִרט יורעקן פֿאַר אַ ריזיקן בעל־פּה געשיכטע־פּראָיעקט וועגן די אַמאָליקע ייִדן אין לובלין, אין וועלכן מע האָט שוין רעקאָרדירט בערך 3,000 שעה פֿון זכרונות. יורעק, איצט 95 יאָר אַלט, האָט נישט נאָר דערצײלט וועגן זײַן יוגנט אין אוכאַניע און געשענקט זײַנע אײגענע צייכענונגען פֿון בערך 1942, נאָר ער האָט אױך געגעבן דעם „גראָדזקאַ־גייט צענטער‟ ממש די אײנציקע פֿאַראַנענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם דײַטשישן צוזאַמענטרײַבן פֿון די ייִדן אױפֿן נאַכאַנער מאַרק.

די דײַטשן טרײַבן צונויף די נאַכאַנער ייִדן אויפֿן מאַרקפּלאַץ דעם 10טן יוני 1942; פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יורעק, נישט געקוקט אויפֿן באַפֿעל פֿון די דײַטשן נישט צו ניצן קיין פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן
Jerzy Skarzynski
די דײַטשן טרײַבן צונויף די נאַכאַנער ייִדן אויפֿן מאַרקפּלאַץ דעם 10טן יוני 1942; פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יורעק, נישט געקוקט אויפֿן באַפֿעל פֿון די דײַטשן נישט צו ניצן קיין פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן

אײַנשטעלנדיק זיך דאָס לעבן — די דײַטשן האָבן פֿאַרווערט די פּאָליאַקן צו ניצן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטקעס — האָט יורעק, אַרױסקוקנדיק פֿון אַ קרעטשמע אױפֿן מאַרק, דעמאָלט אַראָפּגענומען צװײ פֿאָטאָגראַפֿיעס. ערגעץ דאָרט אין דער „אַנאַטעװקאַ‟ פֿון פֿאַרפֿאַלענע ייִדן און פֿערד־און־װאָגנס, געפֿינט זיך מײַן 18־יאָריקער טאַטע, זײַנע עלטערן און פֿיר שװעסטער. אַחוץ מײַן טאַטן איז כּמעט די גאַנצע משפּחה אומגעקומען אין סאָביבאָר.