סעקסועלע געזונט־עצות אויף ייִדיש

Sexual Health Advice in Yiddish


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 08, 2016, issue of November 23, 2016.

איינע פֿון די גאָר אינטערעסאַנטע אַספּעקטן פֿון די סאָציאַלע נעצן ווי „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ איז אַז מע קען קיינמאָל ניט וויסן צי אָדער ווען עפּעס וועט פּלוצלעם ווערן גאָר פּאָפּולער.

געוויינטלעך ווען עפּעס ווערט גיך צעשפּרייט אויף „פֿייסבוק‟ איז עס אַ נײַער ווידעאָ אָדער אַרטיקל און ניט עפּעס וואָס איז שוין יאָרן אַלט. אַמאָל, אָבער, אַנטדעקט עמעצער אַן אַלטן אַרטיקל אָדער פֿילם־אָפּשניט, וואָס כּמעט קיינער האָט יאָרן לאַנג ניט באַמערקט, שטעלט אים אויף „פֿייסבוק‟ און די זאַך ווערט פּלוצלינג אַ הייסע סחורה.

אַזוי איז לעצטנס געשען אויף „פֿייסבוק‟ אין שײַכות מיט אַ ריי אַרטיקלען פֿון געזונט־עצות וועגן סעקס, אַבאָרטן, גינעקאָלאָגישע טעסטן, „סעקסועלע נייגונגען‟ (ד״ה — העטעראָסעקסועל, האָמאָסעקסועל אָדער ביסעקסועל) און אַ ריי ענלעכע טעמעס.

די דאָקומענטן, צוגעשטעלט דורכן געזונט־מיניסטעריום פֿון דער שוועדישער רעגירונג, זענען ניט געוואָרן קיין סענסאַציע אויף „פֿייסבוק‟ צוליב זייער אינהאַלט (וואָס פֿאַרמאָגט ניט קיין גרויסע חדשים וועגן סעקס), נאָר אַ דאַנק דעם פֿאַקט, וואָס די דאָקומענטן זענען אין גאַנצן אויף ייִדיש. און ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר דווקא אויף אַ ציכטיקן וויסנשאַפֿטלעכן לשון, וואָס איז סײַ פּרעציז, סײַ גרינג־פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ לייענער וואָס איז ניט באַקאַנט מיט אַזעלכע טערמינען ווי אייערשטאָק (אָוואַריעס) אָדער מוטערטראַכט (אוטערוס) אויף ייִדיש אָבער וואָס האָט אַמאָל זיך געלערנט וועגן דער מענטשלעכער אַנאַטאָמיע אויף אַן אַנדער שפּראַך.

די דאָקומענטן האָט מען צוגעגרייט דערפֿאַר, וואָס ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך אין שוועדן, וווּ די רעגירונג שאַפֿט כּסדר איבערזעצונגען וועגן וויכטיקע ענינים פֿאַר אירע מינאָריטעט־שפּראַכן. וואָס איז אָבער יאָ מאָדנע וועגן דער סיטואַציע, איז אַז ס׳זענען ניטאָ קיין יונגע לײַט אין שוועדן, וואָס לייענען פֿליסיק ייִדיש. פֿאַקטיש איז מסתּמא ניטאָ קיין איין מענטש אין גאַנץ שוועדן, וואָס נייטיקט זיך אין אַזעלכע דאָקומענטן.

ניט געקוקט אויף דעם, וועלן זיי יאָ צו ניץ קומען מענטשן מחוץ שוועדן. קודם־כּל זענען די דאָקומענטן אינטערעסאַנט פֿון אַ ריין לינגוויסטשן פּערספּעקטיוו און ס׳זענען דאָ ניט ווייניק סטודענטן פֿון ייִדיש, וואָס ווילן זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו רעדן וועגן סעקס און דער מענטשלעכער אַנאַטאָמיע אויף מאַמע־לשון אָבער וואָס האָבן זעלטן ווען אַ געלעגנהייט צו לייענען וועגן אַזעלכע ענינים.

נאָך וויכטיקער איז דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ אינפֿאָרמאַציע איז ניט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער וועלט אין אַמעריקע, קאַנאַדע, ענגלאַנד, בעלגיע און ישׂראל, וווּ אַ סך מיידלעך ווייסן ניט, צום באַדויערן, אַפֿילו וואָס עס איז אַ וואַגינע אָדער וואָס איז איר פֿונקציע, ביז די „כּלה־קלאַסן‟ גלײַך פֿאַר דער חתונה. פֿאַר אַזעלכע פֿרויען, וואָלט דאָס לערנען זיך וועגן פֿאַרהיט־מיטלען און אַפֿילו וועגן אַבאָרטן געקענט פֿאַרבעסערן דאָס לעבן; און אַז מע קען זיך דאָס אויסלערנען אויף ייִדיש, איז נאָך בעסער.

אָבער צוליב דעם וואָס די דאָקומענטן זענען געצילט אויף מענטשן, וואָס ווייסן שוין די עיקר־פּרינציפּן פֿון דעם ווי אַזוי עס אַרבעט דער קערפּער, זענען זיי אַ ביסל צו קאָמפּליצירט פֿאַר די, וואָס האָבן קיינמאָל ניט פֿריִער באַקומען אַ געהעריקע דערציִונג וועגן אַזעלכע ענינים. די דאָקומענטן וועגן סעקסועלער נייגונג און אַבאָרט, למשל, וואָלטן געווען קלאָר יעדן איינעם ווײַל מע האָט זיי געשריבן אויף אַ פּשוטן ניוואָ, אָבער דער דאָקומענט וועגן דער אונטערזוכונג פֿון צעלן אינעם מוטערשאַפֿט כּדי צו היטן קעגן ראַק וואָלטן ס׳רובֿ חסידישע לייענער נישט פֿאַרשטאַנען. מע וואָלט געדאַרפֿט אַ סך מער דערקלערן, אָנהייבנדיק מיטן וואָרט „ראַק‟ אַליין, וואָס איז ניט ברייט באַקאַנט אין דער פֿרומער וועלט (ראַק רופֿט מען געוויינטלעך „קענסער‟, „יענע מחלה‟ אָדער „יענע מעשׂה‟). מיט אַ פּאָר צוגאָבן און דערקלערונגען פֿון ווערטער, אָבער, וואָלטן די דאָזיקע דאָקומענטן געקענט דינען ווי דער יסוד פֿון אַ קלאַס אויף ייִדיש וועגן סעקסועלע געזונט־ענינים פֿאַר חסידים און געוועזענע חסידים.

אַ שאָד, וואָס די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע רעגירונגען שטעלן ניט צו אַזאַ אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש. אַנשטאָט די פֿאַרקריפּלטע איבערזעצונגען פֿון אַנאָנסן און פּרעסע־קאָמוניקאַטן וואָס די שטאָט ניו־יאָרק לאָזט אַרויס אויף ייִדיש, וואָלט געווען גוט, ווען מע שאַפֿט אַזוינע דאָקומענטן דאָ אין אַמעריקע, אויף אַ ריינעם ייִדיש, וואָס וואָלט געווען פֿאַרשטענדלעך אַפֿילו פֿאַר די חסידים וואָס קענען ניט אָדער קענען זייער שוואַך ענגליש. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן סעקסועלע געזונט־ענינים (וואָס זענען פֿאָרט אויך וויכטיק), נאָר אויך וועגן אַ סך אַנדערע ענינים, וועלכע מע לערנט ניט ווי געהעריק אין די חסידישע שולן און ישיבֿות. מע האָט יאָ שוין גוטע פּלאַקאַטן פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק וועגן דער וויכטיקייט פֿון וואַשן די הענט; בראָשורן וואָס ווײַזן ווי אַזוי אָנצוצינדן אַ שוועבעלע אויף אַ זיכערן אופֿן, און דערקלערונגען פֿאַר וואָס מע זאָל ניט רייכערן אָבער וועגן אַנדערע וויכטיקע טעמעס אויף ייִדיש זעט מען נישט.

זאָלן די שוועדישע סעקסועלע שאלות־ותּשובֿות דינען ווי אַ מוסטער און אַן אינספּיראַציע פֿאַר דעם וואָס מע וואָלט געקענט דאָ אויפֿטאָן אין אַמעריקע.

(פֿאַר די וואָס ווילן לייענען די שוועדישע דאָקומענטן, קען מען זיי געפֿינען דאָ: https://web.archive.org/web/20160811235532/http://www.umo.se/Andra-sprak/Nationella-minoritetssprak/jiddisch-hebreisk/—/



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.