פֿילם וועגן פֿרום מיידל וואָס שלאָגט רעקאָרדן בײַם הייבן געוויכטן

Film About Orthodox Girl Who Breaks Weightlifting Records

נעמי קוטין איז שוין צוגעוויינט צו זײַן די קלענסטע קאָנקורענטקע אין צימער
“Supergirl”/Jessie Auritt
נעמי קוטין איז שוין צוגעוויינט צו זײַן די קלענסטע קאָנקורענטקע אין צימער

פֿון גייב פֿרידמאַן (ייִט״אַ)

Published November 08, 2016, issue of November 23, 2016.

האָט איר שוין געזען „סופּערמיידל‟?

ניין, ס׳רעדט זיך דאָ נישט וועגן דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־סעריע וועגן סופּערמאַנס בלאָנדער קוזינקע, וואָס שפּילט שוין איצט אינעם צווייטן סעזאָן.

סע גייט דאָ אינעם נײַעם דאָקומענטאַר „סופּערמיידל“ (Supergirl), וועגן נעמי קוטין, אַ פֿרום ייִדיש מיידל וואָס האָט געשלאָגן וועלטרעקאָרדן בײַם הייבן געוויכטן שוין אין עלטער פֿון נײַן יאָר.

זי האָט שוין אויפֿגעטאָן געוואַלדיקע קונצן, אָבער נעמי גיט צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס הייבן געוויכטן איז נאָר בערך 30 פּראָצענט פֿיזישער כּוח; דאָס איבעריקע שטאַמט פֿונעם מוח.

דאָס וואָלט טאַקע אויפֿגעקלערט ווי אַזוי אַ מיידל וואָס איז שוין הײַנט פֿופֿצן יאָר אַלט האָט זיך קונה־שם געווען אין 2012 אין דער וועלט פֿון הייבן געוויכטן. דעמאָלט האָט זי, צוזעצנדיק זיך אויף די פּיאַטעס, געהויבן 214.9 פֿונט — מער ווי צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי איר אייגענע וואָג (דעמאָלט קנאַפּע 97 פֿונט).

דזשעסי אַוריט, די רעזשיסאָרשע פֿונעם פֿילם „סופּערמיידל“, האַלט אויך אַזוי. דער דאָקומענטאַר גייט נעמי נאָך אויפֿן אומגלייבלעכן און האַרץ־רײַסנדיקן וועג, פֿון איר דרייסטער גבֿורה ווי אַ שוועראַטלעט ביז איר בת־מיצווה.

„איר כּוח־הווילן, מאָטיווירונג און טרײַב זענען פּשוט נישט צום גלייבן“, האָט אַוריט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ. „מיר דאַכט זיך, אַז ווען זי האָט נישט יענעם אינערלעכן כּוח וואָלט זי די געוויכטן נישט געקענט אויפֿהייבן.‟

„סופּערמיידל“ האָט זײַן ניו־יאָרקער דעביוט דעם 13טן נאָוועמבער אינעם פֿעסטיוואַל DOC NYC.

דאָס הייבן געוויכטן איז גאָר אַ שווערער ספּאָרט. מע דאַרף אויפֿהייבן דאָס געוויכט בשעתן אויסגלײַכן דעם רוקן. ס׳איז נישט פֿאַר קיין שוואַכינקע; פֿאַרקערט, סע צילעוועט שטאַרק זיך אויסצומוסקלירן. זאָל דאָס קליינוווּקסיקע מיידל רעגולער אויפֿהייבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל וואָג ווי זיך אַליין? מסתּמא נישט. אָבער נעמי דריקט שטאַרק אויף זיך אַליין. איין מאָל האָט זי זיך ווײַטער געלאָזט טרענירן, נישט־געקוקט אויף דעם וואָס זי האָט זיך געראַנגלט מיט אַ געזונט־ענין און דעריבער חדשים לאַנג פֿאַרפֿעלט די קלאַסן אין שול.

דאָ און דאָרט איז שווערלעך זיך צוצוקוקן צו געוויסע סצענעס אינעם פֿילם. ‎דאָך שטיצט זי דער עולם, מע פֿילט מיט מיט דער חנעוודיקער „שוואַכינקער“ וואָס איז, ווי נישט איז, אַרײַנגעפֿאַלן אינעם סאַמע מענערישסטן ספּאָרט.

דער דאָקומענטאַר פֿאָקוסירט זיך שטאַרק אויף דער משפּחה קוטין. אינספּירירט אין דעם ספּאָרט האָט זי דער טאַטע עד, וואָס פֿאַרמעסט זיך שוין צענדליקער יאָרן בײַ דעם ספּאָרט און האַלט עטלעכע נאַציאָנאַלע רעקאָרדן. ווען די טאָכטער איז אַלט געווען גאַנצע אַכט יאָר האָט דער טאַטע זי געפֿרעגט צי זי וויל פּרוּוון הייבן געוויכטן מיט אים אים איינעם.

נעמי האָט זיך אין דעם אָנגעכאַפּט — סטײַטש? זי קען פֿאַרברענגען מיטן טאַטן אויף עפּעס אַן אופֿן וואָס קיינער פֿון אירע גוטע־פֿרײַנד טוען דאָס נישט! זי האָט אָבער באַוויזן אַן אומגעהײַערן כּוח און האָט אָנגעהויבן פֿאָרמעל זיך צו טרענירן. אין גיכן האָט זי געשלאָגן אַ פֿרויען־וועלטרעקאָרד, און זינט דעמאָלט האָט זי שוין נאָך דרײַ מאָל (אין 2012 און 2013) געשלאָגן נײַע רעקאָרדן. הײַנט האַלט זי זיבן נאַציאָנאַלע רעקאָרדן. מ׳האָט איר אין 2012 אַ נאָמען געגעבן „דאָס שטאַרקסטע מיידל אויף דער וועלט“ און בשׂורות וועגן אירע מעשׂים האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער אינטערנעץ.

די רעזשיסאָרשע אַוריט, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ קולטורעלן ייִד, האָט זיך אָנגעטראָפֿן אין נעמי קוטינס געשיכטע בשעתן זוכן אַ טעמע פֿאַר אַ הויפּטפֿילם.

„צוגעצויגן האָט מיך דער שנײַדוועג פֿון דעם אָ ספּאָרט — וואָס ווערט דאָמינירט פֿון מענער און געטריבן פֿון טעסטאָסטעראָן — מיט דער רעליגיע, וואָס האָט זייער טראַדיציאָנעלע ראָלעס פֿאַר ביידע מינים.‟ ס׳איז איר געווען גאָר אינטערעסאַנט ווי אַזוי דאָס יונגע מיידל לעבט זיך אויס אין די צוויי וועלטן.

דער פֿילם גיט זיך אָפּ האַלב אויף האַלב מיט איר ספּאָרט און איר טאָג־טעגלעך לעבן, למשל, דאָס צוגרייטן זיך צו דער בת־מיצווה — דאָס חזרן דאָס תּורה־לייענען, דאָס אויסקלײַבן דאָס פּערפֿעקטע קלייד אאַז״וו.

וואָס קומט דערפֿון אַרויס? אַ סענסיטיווער פּאָרטרעט פֿון אַ טיפּיש און פֿאָרט נישט־טיפּיש מיידל. אין שול, אין דער היים צי מיט איר אויטיסטישן ברודער איז זי אין תּוך אַרײַן גלײַך ווי אַנדערע פֿרומע מיידלעך. ווען זי הייבט געוויכטן אָבער איז זי אין גאַנצן פֿעסט, צילוויסיק און משוגע איבערגעגעבן.

זי לערנט זיך אין דער מיידלשול „מעינות‟ אין טינעק, ניו־דזשערזי; דאָך פֿילט זי נישט קיין צונויפֿשטויס צווישן אירע ביידע וועלטן. נישט שבת נישט יום־טובֿ שטערט נישט צון איר טרענירן; דאָך אַרט נישט די משפּחה איר באַטייליקן זיך אינעם ספּאָרט. מע קען אויך אַרויסדרינגען פֿון די בת־מיצווה־סצענעס אינעם פֿילם, אַז די משפּחה איז שטאַרק באַליבט אין זייער שיל.

אויף דער פֿראַגע צי דאָס הייבן געוויכטן איז גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט איר דאַווענען, האָט נעמי געקלונגען פּריטשמעליעט.

„באמת האָב איך קיין מאָל וועגן דעם נישט געקלערט,‟ האָט זי געענטפֿערט. „מיר דאַכט זיך אַז זיי זענען צוויי באַזונדערע טיילן בײַ מיר אין לעבן.‟