אַמעריקאַנער װײַמאַר

American Weimar

Getty Images

פֿון מאַרק קאַפּלאַן*

Published November 10, 2016, issue of November 23, 2016.

ווי אַ סטודענט פֿון דער װײַמאַרער תּקופֿה אין דער דײַטשער געשיכטע, װײס איך גאַנץ גוט װי אַזױ פּאַראַלעלע פּאָליטישע נאַראַטיװן, אַנדערש פֿון פּאַראַלעלע ליניעס, קענען זיך אַ מאָל צוזאַמענשטױסן אין אַ קאַטאַסטראָפֿע, אַזױ װי ס׳איז געשען מיט די אַמעריקאַנער װאַלן די װאָך, ווען דאָנאַלד טראָמפּ איז דערוויילט געוואָרן ווי דער 45סטער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

דער מצבֿ באַקומט זיך אַזוי: פֿון אײן צד — דער סטאַטוס קװאָ, װאָס האַלט אַז נישט געקוקט אױף אַלע פּראָבלעמען אין לאַנד, זאָל מען װײַטער גײן מיט דער פּאָליטישער קולטור, וואָס עקזיסטירט שוין במשך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט, אױב נישט נאָך פֿריִער. פֿונעם צווייטן צד איז אַ ראַדיקאַלע װיזיע פֿון אַן אַמעריקע װאָס איז דורכױס צעבראָכן און װאָס פֿאָדערט אַ בײַט אין דער גאַנצער פּאָליטישער קולטור, אַ בײַט נישט נאָר אין דער באַשטימטער פּאָליטיק פֿון לאַנד, נײַערט אױכעט װי אַזױ מע זאָל באַהאַנדלען פֿראַגעס פֿון װער עס איז אַן אַמעריקאַנער, װאָס זענען די פֿרײַהײטן װאָס מע מעג װײַטער אָננעמען אױף פּעװנע, און װי אַזױ די מדינה זאָל זיך באַציִען מיט אַנדערע לענדער. אַנדערש פֿון אַלע פֿריִערדיקע װאַלן זינט אפֿשר דער דעפּרעסיע, האָט די ראַדיקאַלע װיזיע גענומען דעם אױבן־אָן. און צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע בכּלל, איז די מער ראַדיקאַלע װיזיע רעכט־געשטימט און נישט לינק־געשטימט.

דאָנאַלד טראָמפּ — אַ מענטש װאָס איז בטבֿע צוגעגרײט צו זײַן אַ דיקטאַטאָר, אין דער זעלבער צײַט וואָס ער איז בכלל נישט קװאַליפֿיצירט צו זײַן אַ פּרעזידענט — האָט פֿאַרקױפֿט אַ װיזיע פֿון אַמעריקע װאָס איז כּמעט אידענטיש צו דער װײַמאַרער רעפּובליק אין דײַטשלאַנד: אַ צעפֿאַלנדיקע געזעלשאַפֿט װאָס לײַדט פֿון אַן עקאָנאָמישן דורכפֿאַל, אַ דערשיטערנדיקן וווּקס פֿון פֿאַרברעכנס, קאָרומפּירטע עליטעס, און סטראַשונקעס פֿון אױסלענדישע פּרעדאַטאָרן. הגם דאָס בילד פֿון דײַטשלאַנד איז צום טײל באַרעכטיקט, לגבי די פֿאַרברעכנס און געזעלשאַפֿטלעכע אומרוען, איז עס אַ רײנער בלבול לגבי דער הײַנטיקער אַמעריקע. די צאָל פֿאַרברעכנס, למשל, איז הײַנט נידעריקער אין אַלע אַספּעקטן אין פֿאַרגלײַך מיט 20 יאָר צוריק. די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע איז אײגנטלעך געװען פֿרײַער פֿון קאָראָפּציע אײדער אַלע פֿריִערדיקע אַדמיניסטראַציעס במשך פֿונעם לעצטן האַלב־יאָרהונדערט. דערצו זענען אימיגראַנטן, פֿון אַלע לענדער און אַלע פֿעלקער, װײניקער גענייגט צו זײַן פֿאַרברעכער אײדער די אַמעריקאַנער־געבױרענע. אָנשטאָט פֿירן צו אַ דעפּרעסיע, האָט די עקאָנאָמישע פּאָליטיק במשך פֿון די לעצטע אַכט יאָר דווקא געראַטעװעט אַמעריקע פֿון אַ דעפּרעסיע.

אױף װאָס האָבן מיר אַרױסצוקוקן אונטער דאָנאַלד טראָמפּ? מיר װײסן אױף זיכער אַז זײַן קאַמפּאַניע קעגן „קאָרומפּירטע עליטעס,“ וואָס פֿאָקוסירט זיך אױף ייִדישע פֿיגורן אַזױ װי דזשאָרזש סאָראָס, דזשאַנעט יעלען און לױד בלאַנקפֿײַן, שטױסט אָן אױף אַ מער בולטער אַנטיסעמיטישער רעטאָריק ווי מע האָט פֿריִער אַ מאָל געזען אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. נישט געקוקט אױף װיפֿל ער זאָל נישט ליב האָבן זײַן ייִדישע טאָכטער אָדער זײַן ייִדישן אײדעם, האָבן די אַנטיסעמיטין שטאַרק ליב טראָמפּ, און זײ זענען בלי־ספֿק באַגײַסטערט פֿון זײַן נצחון. װאָס מער, אױף װיפֿל מורא ייִדן זאָלן נישט האָבן געהאַט אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1932, האָבן הן די מוסולמענער, הן די לאַטינאָס, והן אימיגראַנטן בכּלל, מורא אין אַ גלײַכן מאָס פֿאַר טראָמפּ. װי ייִדן, זענען מיר מחויבֿ אױסצודריקן אַן עצם מיטלײד מיט די אַלע גרופּעס. פּונקט ווי מיר טאָרן נישט, לױט דער תּורה, געניסן פֿון גנבֿה, טאָרן מיר אויך נישט בלײַבן רויִק בשעת אַנדערע מינאָריטעטן־פֿעלקער לעבן אין אַ סכּנה.

לאָמיר האַלטן שטענדיק אין זינען אַז כאָטש טראָמפּ רעדט כּסדר װעגן „קאָרומפּירטע עליטעס,“ לעבט ער אַליין יעדן טאָג פֿון זײַן לעבן ווי אַן עליטע, און סײַ ער, סײַ זײַנע נענטסטע שותּפֿים — אַזױ װי קריס קריסטי, ניוט גינגריטש און רודי דשוליאַני — זענען אין גאַנצן אײַנגעטונקען אין קאָראָפּציע. זײַנע סטראַשונקעס וועגן באַשטראָפֿן די אומלעגאַלע אױסלענדער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן װעלן אונדז שטעלן מער אין געפֿאַר, אָנשטאָט אונדז צו היטן. זײַנע עקאָנאָמישע פּלענער װעלן אונטערגראָבן די זיכערהײט װאָס מע האָט אױפֿגעבױט אין משך פֿון די לעצטע אַכט יאָר. עד־כּאן ביז שבת הגדול.

איך שרײַב די אַלע װערטער פֿון אַ געפֿיל פֿון אַבסאָלוטער אומבאַהאָלפֿנקייט, אַ היסטאָריש באַקאַנט געפֿיל צװישן ייִדן. אָבער אומבאַהאָלפֿנקייט מײנט נישט פּאַסיװקײט. אַז איך שאַף פּאַראַלעלן צװישן טראָמפּס אַמעריקע אין יאָר 2016, און דײַטשלאַנד אין יאָר 1932, װײס איך מיט אמונה שלמה װי אַנדערש די צװײ פֿאַלן זענען. מיר אין אַמעריקע האָבן סײַ דאָס רעכט, סײַ די געזעלשאַפֿטלעכע מיטלען זיך אַנטקעגנצושטעלן און פּראָטעסטירן די פֿאָדערונגען פֿונעם טראָמפּיזם. מיר האָבן אי דאָס אַחריות אי די מעגלעכקײטן דאָס צו טאָן.

לאָמיר האָפֿן, אַז ערגעץ אין אַמעריקע גרייט זיך שוין דער מענטש, וואָס וועט ווי דער 46סטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אָנהײבן אַ נײַע תּקופֿה. לאָמיר אַלע אַרבעטן וואָס גיכער צו ברענגען יענעם ליכטיקן טאָג.


  • מאַרק קאַפּלאַן איז אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַסטיק אין יעל־אוניװערסיטעט. ער האַלט אין שרײַבן אַ בוך װעגן די ייִדישע שרײַבער פֿון װײַמאַר־דײַטשלאַנד.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.