ישׂראלים רופֿן זיך אָפּ אויף טראַמפּס נצחון

Israelis React to Trump's Victory

מע רעדט אַרום טראָמפּס נצחון אויף דער „דיזענגאָף‟־גאַס
Naomi Zeveloff
מע רעדט אַרום טראָמפּס נצחון אויף דער „דיזענגאָף‟־גאַס

פֿון נעמי זעוועלאָף

Published November 10, 2016, issue of November 23, 2016.

אָלעג פֿראָלאָוו, אַן 41־יעריקער אײַנוווינער פֿון תּל־אָבֿיבֿ וואָס ציט זײַן פּרנסה פֿונעם צוזאַמענקלײַבן פֿלעשלעך, ווייסט ניט קיין סך וועגן דאָנאַלד טראַמפּ אָדער וועגן טראַמפּס שטעלונגען לגבי ישׂראל. טאַקע דערפֿאַר איז ער דווקא צופֿרידן וועגן דעם רעפּובליקאַנערס אומדערוואַרטן נצחון קעגן הילערי קלינטאָן, וועמען אָלעג האָט פֿײַנט.

„איך ווייס גאָרניט וועגן טראַמפּ,‟ האָט אָלעג געזאָגט, שטייענדיק לעבן דעם „דיזענגאָף־צענטער‟, אַ ריזיקער אײַנקויפֿס־צענטער. „דערפֿאַר האַלט איך, אַז ער איז בעסער.‟

בײַם וועקן זיך אויף האָבן די ישׂראלים זיך דערוווּסט, אַז דאָנאַלד טראַמפּ וועט זײַן דער 45סטער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער אַ סך פֿון זיי ווייסן באמת ניט, וואָס זײַן אַדמיניסטראַציע וועט באַטײַטן פֿאַר זייער לאַנד און פֿאַר ישׂראלס וויכטיקער אַליאַנץ מיט אַמעריקע. כאָטש אַ סך ישׂראלים זענען געווען קעגן קלינטאָנס וויזיע פֿאַר אַ צוויי־מלוכישער לייזונג צום קאָנפֿליקט צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער, האָבן זיי גיכער זי געוואָלט איידער טראַמפּ, וועמענס שטעלונגען און פּלענער בלײַבן צום מערסטנס אַ מיסטעריע.

אַנדערע האָבן אין טראַמפּס דוחק פֿון פּראַקטיק געזען אַ ליידיקן לײַוונט, אויף וועלכן זיי קענען אויסמאָלן זייערע האָפֿענונגען נאָך אַ מער אַגרעסיוו־ציוניסטישן פּרעזידענט. יסמין קרן, 70, איז געזעסן אינעם צענטער פֿון „תּל־אָבֿיבֿ‟ מיט אירע צוויי הינטלעך „פּעקי‟ און „סמאָקי.‟ זי האָט באַצייכנט טראַמפּ ווי אַן „ערנסטער מענטש‟ אין פֿאַרגלײַך מיט קלינטאָן, וועמענס פּלענער באַשטייען בלויז פֿון „פּוסטע רייד‟. זי האָט אויך ניט געהאַלטן פֿון קלינטאָן, ווײַל איר מאַן, דער געוועזענער פּרעזידענט ביל קלינטאָן, האָט אָנגעפֿירט מיט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען פֿון 1993 צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער, וואָס זענען געווען אַ דורכפֿאַל. „ער האָט גאָרניט אויפֿגעטאָן פֿאַר ישׂראל,‟ האָט זי געזאָגט. וואָס שייך טראַמפּ ווייסט זי ניט וואָס צו טראַכטן. „ס׳איז מיר ניט קלאָר, צי ער האָט ליב ישׂראל,‟ האָט זי דערקלערט. „ער זאָגט אַז יאָ, אָבער מיר ווייסן פֿאָרט ניט.‟

די מער ליבעראַלע אײַנוווינער פֿון תּל־אָבֿיבֿ האָבן אויסגעדריקט זייער זאָרג איבער די וואַל־רעזולטאַטן בעת זיי האָבן שפּאַצירט אויף דער שיין־באַפּוצטער „דיזענגאָף־גאַס‟. לריסה גאָלדנשטיין, אַ פּענסיאָנירטע לערערקע פֿון צוריקגעשטאַנענע קינדער האָט געזאָגט, אַז זי האָט „שטאַרק מורא‟ פֿאַר טראַמפּ.

יעל גאָלדשטיין, אַן 31־יעריקע אָנפֿירערין פֿון אַ יאָגע־סטודיאָ, האָט געזאָגט אַז זי האָט זיך ערשט דערוווּסט וועגן טראַמפּס נצחון 6:00 אַזייגער אין דער פֿרי, ווען זי איז אויפֿגעשטאַנען כּדי צו געבן עסן איר 1.5 יעריק פּיצל קינד. ס׳איז בײַ איר אָנגעפֿאַלן אַ שרעק, ווײַל זי האַלט אַז טראַמפּס באַמערקונגען וועגן פֿרויען און מינאָריטעטן „זענען ניט דאָס, וואָס אַמעריקע רעפּרעזענטירט.‟ ס׳איז איר אָבער ניט געווען קיין חידוש, וואָס טראַמפּ האָט געוווּנען אין די וואַלן. „די אַמעריקאַנער זענען קעגן דעם עסטאַבלישמענט,‟ האָט זי געזאָגט. „עס מאַכט ניט אויס, וואָס טראַמפּ זאָל זאָגן.‟

גאָלדשטיין, וואָס שטימט פֿאַר דער לינקער „מרצ‟־פּאַרטיי, האָט געזאָגט אַז קלינטאָן איז „קאָרומפּטירט‟ אָבער פֿאָרט בעסער ווי טראַמפּ. „אַ סך מענטשן האָבן געזאָגט, אַז ער וועט זײַן בעסער פֿאַר ישׂראל,‟ האָט זי דערקלערט. „אָבער איך האַלט ניט דערפֿון. איך האַלט, אַז ער וועט סתּם טאָן דאָס וואָס ׳ביבי׳ (נתניהו) וויל.‟ זי מיינט, אַז טראַמפּ וועט שטיצן די ייִדישע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.

די אַמעריקאַנער וואַלן האָבן זי דערמאָנט אין די ישׂראלדיקע וואַל־רעזולטאַטן פֿון 2015, ווען ס׳רובֿ אַנאַליסטן האָבן געהאַלטן, אַז יצחק הערצאָג, דער פֿירער פֿון דער פּאַרטיי „העבֿודה‟, וועט זיגן איבער בנימין נתניהו אָבער „ביבי‟ האָט גרינג געוווּנען. גאָלדשטיינס לינקע ישׂראלדיקע חבֿרים האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף די אַמעריקאַנער וואַל־רעזולטאַטן דורך אַ „וואַטסאַפּ־גרופּע‟. צוויי פֿון זיי, וואָס וווינען אין באָסטאָן האָבן זיך געוויצלט, אַז אויב טראַמפּ וועט געווינען, וועלן זיי צוריקפֿאָרן קיין ישׂראל.

איצט, וועלן זיי דאַרפֿן באַשליסן אויף אַן אמת.