צאָל ייִדן אין רעפּרעזענטאַנטן־הויז וואַקסט

Number of Jews in US House of Representatives Grows

דער דעמאָקראַט דזשאַש גאָטהײַמער, וואָס וועט רעפּרעזענטירן דעם 5טן דיסטריקט פֿון ניו־דזשערזי
דער דעמאָקראַט דזשאַש גאָטהײַמער, וואָס וועט רעפּרעזענטירן דעם 5טן דיסטריקט פֿון ניו־דזשערזי

פֿון ייִט״אַ

Published November 10, 2016, issue of November 23, 2016.

די צאָל ייִדן וואָס וועלן דינען אינעם קומענדיקן זמן פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז איז געשטיגן פֿון 19 ביז 23 נאָך די אַנומלטיקע וואַלן.

בסך־הכּל וועלן פֿינף ייִדן דינען אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז צום ערטשן מאָל. איין קאָנגרעסמאַן פֿון פֿלאָרידע גייט אויף פּענסיע. די צאָל ייִדן אינעם סענאַט איז געפֿאַלן פֿון נײַן ביז אַכט.

דרײַ דעמאָקראַטן האָבן געוווּנען קעגן אַמטירנדיקע רעפּובליקאַנער — ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי האָט געוווּנען ביידע הײַזער פֿונעם קאָנגרעס באַנאַנד מיטן „ווײַסן־הויז‟.

די געווינענדיקע דעמאָקראַטן זענען:

דזשאַש גאָטהײַמער, אַ געוועזענער רעדע־שרײַבער פֿאַר פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט געוווּנען אינעם 5טן דיסטריקט פֿון ניו־דזשערזי קעגן סקאָט גאַרנעט. אין די לעצטע פּאָר טעג פֿאַר די וואַלן האָבן אומבאַקאַנטע מענטשן פֿאַרשפּרייט אַן אַנטיסעמיטישע בראָשור קעגן גאָטהײַמער.

ברעד שנײַדער האָט געוווּנען אינעם 10טן דיסטריקט פֿון אילינוי איבער באָב דאָלד.

דזשעקי ראָזען, אַ פּראָגראַמיסטקע וואָס דינט אויך ווי די פּרעזידענטקע פֿון איר שיל, האָט געוווּנען אינעם דריטן דיסטריקט פֿון נעוואַדע, וואָס נעמט אַרײַן די פֿאָרשטעט פֿון לאַס־וועגאַס.

דזשיימי ראַסקין האָט געוווּנען אינעם 8טן דיסטריקט פֿון מערילאַנד, וואָס נעמט אַרײַן די פֿאָרשטעט פֿון וואַשינגטאָן.

דוד קוסטאָף, אַ רעפּובליקאַנער וואָס איז אַ געוועזענער פּראָקוראָר, האָט געוווּנען אינעם אַכטן דיסטריקט פֿון טענעסי. ער איז איינער פֿון צוויי ייִדישע קאָנגרעסלײַט פֿון מעמפֿיס.

דער קאָנגרעסמאַן אַלען גרייסאָן און די סענאַטאָרשע באַרבאַראַ באָקסער גייען ביידע אויף פּענסיע.