חורבן־היסטאָריקערין יפֿה אליאַך איז ניפֿטר צו 79 יאָר

Holocaust Historian Yaffa Eliach Has Died at Age 79

ד״ר יפֿה אליאַך
ד״ר יפֿה אליאַך

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 11, 2016, issue of November 23, 2016.

פּראָפֿ׳ יפֿה אליאַך, אַ פּיאָניר אויפֿן פֿעלד פֿון חורבן־לימודים, איז דעם דינסטיק ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 79 יאָר. זי האָט אין אַמעריקע לאַנצירט דעם ערשטן צענטער צום דאָקומענטירן און פֿאָרשן דעם חורבן — אין דער „ישיבֿה פֿון פֿלאַטבוש‟ — און האָט אויך אײַנגעפֿירט חורבן־לימודים אין אַ צאָל אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן.

אַ געבוירענע אין איישישאָק, הינטער ווילנע, ליטע, איז אליאַך געווען פֿיר יאָר אַלט ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען דאָס שטעטל אין 1941 און ס׳רובֿ פֿון די ייִדן האָט מען אויסגעהרגעט. זי מיט דער משפּחה האָבן זיך אויסבאַהאַלטן און האָבן איבערגעלעבט ביז די סאָוועטן האָבן באַפֿרײַט דעם געגנט אין 1944; ערשט דעמאָלט האָבן פּוילישע מיליציאָנערן אומגעבראַכט איר מאַמען און ברודער. אליאַך האָט עולה געווען אין 1946, אָבער איז אין 1954 אַוועק קיין אַמעריקע, וווּ זי האָט געקריגן אַ דאָקטאָראַט אין 1973 אין רוסישער אינטעלעקטועלער געשיכטע.

אליאַך האָט געשאַפֿן די אויסשטעלונג „דער טורעם פֿון פּנימער“ בײַם חורבן־אָנדענק־מוזיי אין וואַשינגטאָן. צוואַנציק מיליאָן מענטשן האָבן שוין געזען דעם טורעם, וואָס באַשטייט פֿון 1,500 פֿאָטאָגראַפֿיעס און שאַפֿט אַ בילד פֿון די אײַנוווינערס אין אַ טיפּישן מיזרח־איייראָפּעיִשן שטעטל — צווישן די סאַמע רירנדיקסטע אויסשטעלונגען אינעם מוזיי.

דער „טורעם פֿון פּנימער‟ וואָס ד״ר אליאַך האָט געשאַפֿן אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי
דער „טורעם פֿון פּנימער‟ וואָס ד״ר אליאַך האָט געשאַפֿן אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי

אליאַך האָט אויך געשריבן דאָס גרויסע ווערק „אַמאָל איז געווען אַ וועלט: אַ 900־יאָריקע געשיכטע פֿונעם שטעטל איישישאָק‟

אליאַך האָט, אויפֿן סמך פֿון אינטערוויוען און בעל־פּה־געשיכטעס פֿון דער שארית־הפּליטה, אָנגעשריבן מעשׂהלעך וועגן דעם חורבן אינעם חסידישן נוסח, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין בוכפֿאָרעם מיטן טיטל, Hasidic Tales of the Holocaust. דאָס בוך, אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, נעמט אַרײַן 89 אָריגינעלע מעשׂהלעך וועגן דעם חורבן וואָס זאָגן, אויף אַ טראַדיציאָנעלן שטייגער, עדות אויף די אינערלעכע איבערלעבונגען פֿון די חורבן־געליטענע.