ייִדישע ראַדיאָ־שעהען אין טאָראָנטאָ

Yiddish Radio Hours in Toronto

Courtesy of The Toronto Star

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published November 13, 2016, issue of November 23, 2016.

אַזױ װי אַלע אַנדערע טעכנאָלאָגישע חידושים, איז ראַדיאָ געװאָרן פּאָפּולער צװישן די ייִדישע קולטור־טרעגער.

די ראַדיאָ־סטאַנציע פֿון „פֿאָרװערטס‟, WEVD, איז געװען די סאַמע פּאָפּולערסטע און די סאַמע לאַנגיאָריקע, אָבער װײַט ניט די אײנציקע. די קאַנאַדער ייִדישע קולטור־געשיכטע איז לאַנג פֿאַרבליבן אין שאָטן פֿון איר דרומדיקן „גרעסערן ברודער‟, אַזױ װי ניו־יאָרק האָט דאָמינירט די ייִדישע „פּראָװינצן‟. דאָס נײַע בוך װעגן דעם ייִדישן ראַדיאָ אין טאָראָנטאָ העלפֿט צורעכט מאַכן דעם דאָזיקן חסרון.

מיכאל מאַנדעל (1948–2013), דער מחבר פֿון „די ייִדישע שעה: די גאָלדענע תּקופֿה פֿון אַ ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם און צײַטונג אין טאָראָנטאָ‟, איז ניט געװען קײן פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער. דער ייִדישער ראַדיאָ איז אַ טײל פֿון זײַן משפּחה־געשיכטע. זײַן פֿאָטער, מאַקס (מאיר) מאַנדעל איז געװען אַ פּאָפּולערער זינגער און מוזיקער װאָס האָט געפֿירט די ראַדיאָ־פּראָגראַם „די ייִדישע שעה‟ (צומאָל אױך „ייִדישע שטונדע‟) אין טאָראָנטאָ פֿון 1936 ביז 1953.

די דאָזיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם איז געװען אַ פּריװאַטע אונטערנעמונג, װאָס איז געװען פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג „קאַנאַדער נײַעס‟, װאָס מען האָט פֿאַרשפּרײט אין טאָראָנטאָ װי אַ בײַלאַגע צום „פֿאָרװערטס‟ און אַנדערע ניו־יאָרקער צײַטוגנען. בעת די צײַטונג האָט זיך געהאַלטן בײַ אַ לינק־ליבעראַלער, אַנטי־קאָמוניסטישער פּאָליטישער שטעלונג, איז ראַדיאָ געװען מער פֿאַרװײַלעריש. דער עיקר איז דאָ געװען טעאַטער, פּאָפּולערע מוזיק און חזנות. די אַנאָנסן פֿון קומעדיקע אױדיציעס האָט מען געדרוקט אין דער צײַטונג, און זײ דינען מאַנדעלן װי דער יסוד פֿאַר זײַן פֿאָרשונג. די ליבע פֿאַר דער ייִדישער מוזיק האָט פֿאַראײניקט אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע שיטות, פֿון סטאַליניסטישע קאָמוניסטן ביז פֿרומע ייִדן. און מאַקס מאַנדעל האָט צומאָל „שטילערהײט‟ געזונגען מיטן קאָמוניסטישן „פֿרײַהײט‟־כאָר.

די ראַדיאָ־אױדיציעס האָבן כּסדר געהאַט געסט, װאָס פֿלעגן קומען קײן טאָראָנטאָ אױף אַ גאַסטראָל. צװישן זײ זײַנען געװען באַרימטע חזנים, זינגער און אַרטיסטן, װי מאָריס שװאַרץ, משה אױשער און יוסף רומשינסקי. װען מען האָט ניט געהאַט קײן גרױסע „באָיאַרעס‟, װי די צײַטונג האָט זײ גערופֿן, האָט מען נאָכגעמאַכט זײערע שטימען. דער אָרטיקער אַרטיסט פֿעליקס פֿאָגעלנעסט האָט אימפּערסאָנירט די באַרימטע „סטאַרס‟ פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער בינע: דוד קעסלער, יעקבֿ אַדלער, און באָריס טאָמאַשעװסקי.

די „ייִדישע שעה‟ האָט געשטיצט ציוניזם, און צװישן די סאַמע חשובֿע געסט פֿון דער פּראָגראַם איז געװען גאָלדע מאיר (דעמאָלט נאָך מאירסאָן). זי האָט באַזוכט טאָראָנטאָ װי דער ראָש פֿון הסתּדרות אין 1936 און האָט אױך גערעדט אױפֿן ראַדיאָ. דער ציוניזם פֿון דער „ייִדישער שעה‟ איז געװען מער קולטורעל אײדער פּאָליטיש. מען האָט גענוצט יעדע געלעגנהײט כּדי צו פּראָמאָװירן ייִדישע קולטור. צו דעם קאַנאַדער נאַציאָנאַלן יום־טובֿ פֿון „װיקטאָריאַ־טאָג‟ לכּבֿוד דעם געּבױרן־טאָג פֿון דער בריטישער מלכּה װיקטאָריאַ, האָט מען אין 1936 צוגעגרײט א טאָפּלטע פּראָגראַם געװידמעט שלום־עליכמס צװאַנציקסטן יאָרצײַט און דעם אָנדענק פֿונעם ערשט געשטאָרבענעם ציוניסטישן כּלל־טוער נחום סאָקאָלאָװ.