רוסישע חסידים פֿרייען זיך מיט טראָמפּס נצחון

Russian Hasidim Excited About Trump Victory


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 15, 2016, issue of November 23, 2016.

מײַנער אַ פֿרומער חבֿר, אַ סאַטמאַרער יונגערמאַן, האָט מיר אַמאָל דערציילט אַן אַנעקדאָט וועגן אַ מאַן, וועלכער האָט געטענהט, אַז זײַן פֿרוי איז אַ „היסטאָרישע‟. ווען עמעצער האָט באַמערקט, אַז ער האָט, מסתּמא, געמיינט „היסטערישע‟, האָט דער ייִד געענטפֿערט, אַז אָפֿטמאָל איז זי טאַקע אַ היסטערישע, נאָר ווען זי הייבט אָן איבערציילן אַלע אירע טענות קעגן אים במשך פֿון 20 יאָר, ווערט זי אַ היסטאָרישע.

עס טרעפֿן זיך אַמאָל מאָמענטן אין דער געשיכטע, ווען דער חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי ווערטער ווערט טאַקע צעשווענקט.

דינסטיק, דעם 8טן נאָוועמבער, האָט מײַן היים־קאָמפּיוטער פּלוצעם דערקלערט אַ „שטרײַק‟ און זיך צעבראָכן. זײַענדיק אַ מבֿין אין קאָמפּיוטערײַ, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו פֿאַרריכטן די מאַשין, הגם אַ גאַנצע ריי רעמאָנט־ערטער, וווּ מע קאָן קריגן די נייטיקע עלעקטראָנישע עלעמענטן, זענען געשטאַנען ליידיק אָדער האָבן זיך פֿרי פֿאַרמאַכט צוליב די פּרעזידענט־וואַלן.

ווען דער פֿאַרראָכטענער מכשיר האָט אָנגעהויבן ווידער פֿונקציאָנירן, האָב איך אַ קוק געגעבן אינעם „פֿייסבוק‟ און באַמערקט אַ המשך פֿונעם סאָציאַלן פֿענאָמען, אויף וועלכן איך האָב זיך אָנגעטראָפֿן נאָך מיט אַ פּאָר חדשים צוריק: אַ כוואַליע מאַסן־היסטעריע אַרום די וואַלן. איידער מע האָט איבערגעציילט די שטימען און איבערגעגעבן, אַז דאָנאַלד טראָמפּ האָט טאַקע געוווּנען, האָבן צום ווייניקסטן אַ העלפֿט פֿון מײַנע אַמעריקאַנער באַקאַנטע זיך צעקריגט אויף דער אינטערנעץ.

אַ צאָל מוסולמענער, עטנישע אַראַבער און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן סיסטעמאַטיש אַרויסגעוואָרפֿן פֿון זייער „פֿרײַנד־ליסטע‟ אַלע טראָמפּס שטיצער און אַפֿילו פֿרײַנד פֿון זײַנע שטיצער. ליבעראַל געשטימטע ייִדישע חבֿרים האָבן דעם גאַנצן טאָג נאָך די וואַלן געהאַלטן אין איין וויינען און טרויערן. איין באַקאַנטער האָט נאָך טראָמפּס נצחון קאָמענטירט אויף ייִדיש אינעם „פֿייסבוק‟: „איך פֿיל זיך צעבראָכן, אַמאָל וויל איך שטאַרבן.‟ אַן אַנדער ייִדישיסט האָט באַמערקט, אַז צום גליק האָט ער נאָך דעם ווײַסרוסישן פּאַספּאָרט: ס׳איז פֿאַראַן וווּהין אַוועקצופֿאָרן פֿון אַמעריקע. „פֿאַראיבלט! דערשראָקן, אַנטוישט און דערשלאָגן! וואָס טוט מען, גוואַלד, וואָס טוט מען?‟, האָבן זיך אָפּגערופֿן אַ צאָל אַנדערע ייִדישיסטן.

להיפּוך, האָט זיך צווישן אַ סך פֿרומע אַמעריקאַנער־געבוירענע און רוסישע ייִדן אָנגעהויבן אַ גרויסע שׂימחה. זייער „פֿייסבוק‟ האָט זיך אָנגעפֿילט מיט לויב־געזאַנגען, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון טרינקען ווײַן לכּבֿוד טראָמפּ, אַמעריקאַנער פֿאָנען און איבערגעחזרטע לאָזונגען וועגן דעם „ווידערגעבורט פֿון דער אַמאָליקער גרויסער אַמעריקע‟.

אַפֿילו צווישן די סאַטמאַרער חסידים, וואָס שטימען, געוויינטלעך, פֿאַר די דעמאָקראַטן, האָבן אַלע סאַטמערער, וואָס איך קען, געשטיצט דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט. אַ צאָל פֿון זיי האָבן מיך אָנגעקלונגען פֿון פֿריִער, האָפֿנדיק צו באַקומען פֿון מיר אַ „ברכה‟ צו שטימען דווקא פֿאַר טראָמפּ.

דאַכט זיך, אַז דאָס איז צום ערשטן מאָל זינט די 1980ער יאָרן וואָס ס׳האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ פּראָ־רעפּובליקאַנער שטימונג אין דער סאַטמאַרער קהילה. דאָס לעצטע מאָל איז געווען ווען ראָנאַלד רייגאַן איז געקומען צו דער מאַכט. הגם די מנהיגים פֿון ביידע קאָנקורירנדיקע סאַטמאַרער מחנות, בראָש מיט הרבֿ זלמן־לייב טייטלבוים און זײַן ברודער אַהרן, האָבן ווי געוויינטלעך גערופֿן דעם עולם צו פֿאָלגן דעם מינהג פֿון שטימען פֿאַר הילאַרי, האָבן ווײַט נישט אַלע סאַטמאַרער וויילער געפֿאָלגט; מעגלעך, צוליב דער השפּעה פֿון זייערע שכנים און חבֿרים פֿונעם ליטוויש־ישיבֿישן שניט צי אַנדערע פּראָ־רעפּובליקאַנער חרדישע קרײַזן.