סע װערט מיר נישט־גוט...

Feeling Nauseous...

Yehuda Blum

פֿון איציק בלימאַן

Published November 16, 2016, issue of November 23, 2016.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל װעגן שטום־לשון און פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערס האָב איך דערקלערט, אַז די װאָס מײנען אַז שטום־לשון איז מער „אױסדריקלעך“ װי די גערעדטע לשונות האָבן אַ גרױסן טעות. אין דער שפּראַך־װיסנשאַפֿט טאָר מען נישט פּסקענען, אַז אײן שפּראַך איז שענער, בעסער, פּאָעטישער אָדער לאָגישער װי אַ צװײטע, װײַל דאָס שטאַמט גיכער פֿון אַ סוביעקטיװן רושם אײדער פֿון רײן אָביעקטיװע פֿאַקטן.

דאָס װאָרט „טראָמפּ!“ אָנגעשריבן אױף דער טיר פֿון מוסולמענישן געבעט־צימער אין פֿאַקולטעט פֿון אינזשעניריע, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, גלײַך נאָך די װאַלן
דאָס װאָרט „טראָמפּ!“ אָנגעשריבן אױף דער טיר פֿון מוסולמענישן געבעט־צימער אין פֿאַקולטעט פֿון אינזשעניריע, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, גלײַך נאָך די װאַלן

פֿון דעסט װעגן בין איך זיך מודה, אַז נישט געקוקט אױף דער „פֿונקציאָנעלער עקװיװאַלענץ“ צװישן אַלע מענטשלעכע שפּראַכן, קען מען אַ מאָל אױסדריקן אַ געװיסן געדאַנק אָדער אַ געװיסע עמאָציע אין שפּראַך א׳ מיט װײניקער װערטער װי אין שפּראַך ב׳. די געדאַנקען און די עמאָציעס קענען זײַן די זעלביקע, נאָר די לעקסיק איז פּשוט אַנדערש.

װעגן דער טראַגעדיע פֿון נאָװעמבער דעם 8טן האָב איך שױן עטלעכע מאָל גערעדט מיט מײַנע חבֿרים, מיטסטודענטן און פּראָפֿעסאָרן, צום גרעסטן טײל אױף ענגליש. מיר איז אָבער אײַנגעפֿאַלן, אַז אַזױ װי די ייִדישע געשיכטע איז פֿול מיט צרות און טרױער, קען גרינג געמאָלט זײַן, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ גרעסערע און אַ מער פֿילפֿאַרביקע פּײַן־טערמינאָלאָגיע װי ענגליש.

אָט ברענג איך אַ רײ ייִדישע אַדיעקטיװן, װאָס דריקן אױס מײַנע געפֿילן װעגן די װאַלן. איך װײס נישט צי ס’איז טאַקע גרינגער זײ אױסצודריקן אױף ייִדיש װי אױף ענגליש — אָבער בעסער זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן אײדער אײַנשליסן אין זיך די צרות.

(1) אױסער זיך: 

װען איך האָב זיך דערװוּסט, אַז נישט נאָר האָט דאָנאַלד טראָמפּ באַקומען װײניקער שטימען װי הילאַרי קלינטאָן, נאָר ער האָט אױך באַקומען װײניקער װי מיט ראָמני אין 2012. הייסט עס, אַז אַ גרױסער טײל פֿון דער װײלערשאַפֿט איז פּשוט געבליבן אין דער הײם…

(2) דערשלאָגן:

װען איך טראַכט װעגן דעם מאַסן־שיסערײַ פֿון האָמאָסעקסואַליסטן אין אַ פֿלאָרידער נאַכטקלוב, און װעגן דער מעגלעכקײט, אַז אַזאַ קאָשמאַר קען נאָך אַ מאָל געשען. װער װעט רעדן אױף טעלעװיזיע כּדי אונדז צו טרײסטן, דאָנאַלד טראָמפּ?

(3) פֿאַראומערט:

װען איך האָב געהערט, אַז גלײַך נאָך די װאַלן האָט זיך אײנער אַרײַנגעגנבֿעט אינעם פֿאַקולטעט פֿאַר אינזשעניריע — אין מײַן „ליבעראַלן“ אוניװערסיטעט, NYU! — און װאַנדאַליזירט דעם מוסולמענישן געבעט־צימער. (זעט דאָס בילד אונטן.)

(4) פֿאַרזאָרגט:

װען איך טראַכט װעגן די פּאָליטיקערס, װאָס טראָמפּ װעט באַשטימען פֿאַר זײַנע עצה־געבערס, און די ריכטערס, װאָס ער װעט נאָמינירן פֿאַרן העכסטן געריכט. מיר װײסן שױן אַז ער האָט בדעה צו פֿאַרבעטן אַ באַקאַנטן אָפּלײקענער פֿון גלאָבאַלער דערװאַרעמונג אָנצופֿירן מיט דער אַגענטור פֿאַר סבֿיבֿה־אָפּהיט (EPA)…

מיר װערט טאַקע נישט־גוט װען איך טראַכט װעגן דער צוקונפֿט. אמת, װאָס זענען מײַנע זאָרגן אין פֿאַרגלײַך מיט די, װאָס פֿאַרלאָזן זיך אױף דער רעגירונג פֿאַר זײער געזונט־פֿאַרזיכערונג? אָדער מיט די, װאָס קענען זיך נישט דערלױבן צו שטודירן אין אוניװערסיטעט אָן דער פֿינאַנציעלער הילף פֿון רעגירונג־סובװענצן? אָדער מיט די, װאָס װערן באַװאָרפֿן מיט קסענאָפֿאָבישע און אַנדערע ראַסיסטישע באַלײדיקונגען? אױ, סע װערט מיר נישט־גוט…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.